מצורף קובץאיך פארשטיי אז א טאג נאך יום כיפור זאל מען דאווענען אביסעל לענגער און העכער ווי געווענליך אבער וויפיל איז די שיעור איבער צו זאגען איין ווארט נו אוקיי, אבער האסט שוין גענדיגט דאווענען פארוואס ביזטו נאך אלץ אזוי אנגעצויגען???
ס'איז מיר איינגעפאלען פארוואס, מסתמא האסטו מורא אז דאס דאווענען איז נישט געלונגען אינגאנצען.
איך בין אויף געקומען מיט א המצאה מ'זאל מאכען א פראגראם וואס זאל דאס אלעס בודק זיין אין א 'פאלם' דארעך אפטעיפען און אזוי איינשפארען אומזוסטע אנגעצויגען קייט.
איך מיין אז עס וועט זיין א גוד גואינג אייטעם און ווער עס וויל זאל משקיע זיין דערין.

|
|