| נשלח ב-11/10/2004 07:36 |
|
| |
ר' ירמי' דמן - אינטערוויו
ליינט דעם העכסט אינטערעסאנטען אינטערוויו מיט הרב ירמי' דמן ווי ער פארציילט פערזענליכע עפיזאדן פון זיין טאטן ע"ה, אינסייד אינפארמעישאן וויאזוי בעלז האט זיך איבערגעדרייט צו ווערן די פאן טראגער פון חסידישע נגינה, וויאזוי זיין נייע טעיפ "עתיקא קדישא" איז צושטאנד געקומען, און נאך אסאך גאר אינטערעסאנטע ענינים
באזוכט אינעם נייעם פורום פון חדשות אנש "עולם הנגינה"
דא האט איר א דירעקטן לינק צום אשכול:
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1144649
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2004 01:35 |
|
| |
ב"ה אז דער עולם האט הנאה פון די סחורה וואס משטעלט צו אין עולם הנגינה, אבער דא עקא אז משרייבט דערוועגן דא אין חדשות אנש אנשטאט אין עולם הנגינה ווי עס באלאנגט
בעצת דזשובוי וועט דער אשכול געשלאסן ווערן און דער עולם ווערט געבעטן צו דיקוסירן די טעמע דארט אין עולם הנגינה, די סיבה אז מלייגט דא א מודעה און א לינק ווען סקומט דארט ארויס עפעס פריש איז נאר כדאי דער עולם זאל וויסן אהין צו גיין, אבער צו שמועסן דערוועגן זאל מען אין עולם הנגינה
מהיום והלאה וועט מען טאקע ווייטער דא אין חדשות אנש מודיע זיין יעדעס מאל ווען סאיז דא דארט פרישע סחורה אבער דער אשכול וועט זיין פארשלאסען און דער עולם וועט דאס דיסקוסירן דארטען
ווער סהאט נאך נישט קיין רשות כתיבה זאל פארלאנגען און מוועט בלי"נ תיכף ערפילן זיין בקשה
יישר כוחכם
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2004 01:24 |
|
| |
עם כל הכבוד לר' ירמי דמן בעלזא לא היו הראשונים שעשו קסטות עם שירים חסידיים,
עוד עשרים שנה לפני זה באבוב כבר פרצו את הגדר לקסטות חסידיות, ובעקבות זה חסכו מהרבה בתים שיכניסו לתוכם מוזיקו שלא ברוח ישראל סבא.
כך שיפה מאוד שבעלז עושה את זה, אך זכות היוצרים מגיע לבאבוב.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/10/2004 01:01 |
|
| |
משנת חסידים:
גראדע האב איך זייער הנאה פון די בעלזע טעיפס, וועלכע זענען שיינע חסידישע טעיפס. ועל כולם דער שיינער טעיפ "עתיקא קדישא", וואס איך האלט יעצט אינמיטן איינ'חזר'ן דעם נוסח פון "ביומא דשבתא" איך זאל עס קענען זינגען שבת.
איך האב ארויסגעברענגט דעם פונקט, אויף וואס ר' ירמי' אליין נוצט דעם אויסדרוק: "איך בין זיך מודה ומתודה"... אז מען הייבט אן פורץ זיין, קריכט מען אוועק און מען איז גורם אז שוואכערע זאלן קריכן אסאך ווייטער.
וכל הכבוד פאר ר' ירמי' דמן, אז ער וויל פארבעסערן דעם מצב און בעט זיך צו ליפא ער זאל ווערן מער חסיד'יש.
איך שטעל דיך אויף די חזקה אז דו האסט נישט דורכגעליינט דעם אינטערוויו, דערפאר פרעגסטו אויף מיינע ווערטער.
(יישר כח נאכאמאל פאר זיידיאנטשי פארן ברענגען דעם רייכן ארטיקל).
איך וועל דיר ציטירן עטליכע זאצן פונעם אינטערוויו, אבער עס לוינט זיך צו נעמען די צייט און איבערצוקוקן דעם גאנצן תוכן פונעם שמועס, ווייל דארט איז דא אסאך אינטרעסאנטע פרטים.
ר' ירמי' דמן: "ווען אונז זענען ארויס געקומען פון די ערשטע איז עס געווען ווי א ערדציטערניש אין די חסידישע וועלט, סאיז געווען כאילו מאדערן, נישט ווי מאיז געווען צוגעוואוינט. בכלל, איז דעם רביןס שיטה ביים בויען די חסידות געווען צו טון אנדערש ווי מאיז געווען צוגעוואוינט, ער האט אלעס פורץ געווען, ער האט זיך נישט געשראקען".
ידידיה מאיר: אנטשולדיגט, אבער די ערשטע פורצי דרך אין חסידישע מוזיק מיט מאדערנע אראנדשירונגען איז געווען ר' ירמי דמן און מקהלת חסידי בעלז!
ר' ירמי' דמן: "אמת, און פארדעם איינע פון די זאכן וואס איך טוה מיט "עתיקא קדישא" איז צו פאררעכטן דעם חלק, איך שפיר מיר אביסל שולדיג אין דעם היינטיגען מצב, ס'דא פארשידענע זאכן וואס כ'וואלט נישט געטון היינט, 'כי לשם המלוכה' למשל וואלט איך אויסדרוקליך נישט געטון היינט".
ידידיה מאיר: "כי לשם המלוכה"? די ניגון ווי מונה האט צוזאםגעשמאלצן עטנישע פויקערס מיט סימפאנישע פידלעך? דאס באדערט דיך? דאס איז דאך ממש א איידעלע ניגון...
ר' ירמי' דמן: "גערעכט, דאס איז וואס מיר האבן געטראכט ווען מיר האבן עס געמאכט. אבער מ'זעמיר ממש געגאנגען ביזן גרעניץ, אונז וואלט מיר ווען נישט געדארפט גיין אזוי ווייט. דעמאלס צוואנציג יאר צוריק, האבן מיר אפילו נישט געשפירט, אונז האב מיר זיך גאר גרויס געהאלטן דערמיט, אבער הער דיך נאר צו צו די היינטיגע חסידישע מוזיק אראנדזשירונגען, סאיז ממש געפערליך, און דער יונגווארג האט דאס ליב און ווערט צופייערט דערפון, זיי ווילן פון דעם נאך און נאך און ווייסען נישט קיין גרעניצן. איך בין זיך מודה ומתודה, אונז האבן דעמאלס אנגעהויבן מיט 'כי לשם המלוכה' און אלע מיני ניגונים וואס איז נאך דעמאלס געווען פרעמד צו חסידישע מוזיק, נאך גיט אז די רבי האט אונז באצייטענס אפגעהאלטן".
ידידיה מאיר: כפארשטיי נאך אלץ נישט וואס פונקטליך באדערט דיך.
ר' ירמי' דמן: "געב א קוק, איך געפין מיר אין ישיבה, כ'זעה וויאזוי מ'הייבט אן צו זינגען די אלע ניגונים, כ'זעה די קערפערליכע באוועגונגען (body language) וואס מ'מאכט בשעת'ן זינגען, מ'זעהט גראד אז דאס איז גויאישע מעשיות, זיי זעהן דאס נישט, זיי שפירן דאס אפילו נישט. סשטייט 'כל עצמותי תאמרנה', בשעת מ'זינגט דארף טאקע דער גוף נתעלה ווערן, אבער נישט מיט אלע מיני תנועות מיט די הענט און די פיס, דאס זענען גויאישע תנועות, די מענטש פארפארט אינגאנצען דערפון, נאכדעם וועט ער הערן עפעס א ניגון אויף די ראדיא פון א זינגער צו א זינגערין און ער וועט אפשר מאכן די זעלבע תנועות, וואס איז די חילוק? מזעהט בחוש אז דאס פירט דעם מענטש אראפ פון די שינעס, סאיז א גרויסע שאד".
===========
און צו דיר בעלזער יושב:
איך פארשטיי פארוואס עס שמעקט דיר נישט ר' ירמי'ה'ס ווערטער, און דערפאר מאכסטו חוזק פון אים, אבער פארגעס נישט אז ר' ירמי' איז אויסער א בעל מנגן אויך א "בעל מחנך" און ער שרייבט קלאר אז אפילו די בעלזער בחורים פאלן אויך צוביסלעך און טאנצן מיט גוי'אישע "קערפערליכע באוועגונגען" דערפאר וויל ער דאס אפשטעלן. און ער שרייבט גאר אז דער רב איז אויך דערקעגן.
תוקן על ידי - kjfireman - 12/10/2004 1:03:38
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2004 23:58 |
|
| |
זעה מיין תגובה אין ברידער פארום פין עולם הנגינה
איך האלט אז די אלע אינטרא'ס זענען פשוט זייער קלאסיש, אין עס איז זיך נישט דא וואס צו שעמען מיט דעם, אדרבא איך האלט זיך גרויס מיט דעם, אז עם איז ארויס אזעלעכע מוראדיגער אינהאלטספולע עיבודים פין א עכט חסידישע הויף.
אין א גרויסן ייש"כ פאר זיידיאנטשי פאר שיינעם ארבעט
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2004 22:33 |
|
| |
כנראה שהוא חושב שגם הכינור הוא יותר מידי בשביל מוסיקה חסידית, והוא רוצה מוסיקה חסידית נקיה כמעט בלי מוזיקה בכלל.
אני מאמין שאם כל הכבוד לעתיקה קדישא, שאני נהנה מזה מאוד, זה לא מספיק ללהב את הנוער, צריכים גם קצת מוזיקה משובחת, כמובן בבחן חסידי נוסח ויזניץ, בעלז, גור, וורצברגר, סקולען.
יש עדיין מרחק רב מאוד בין זה לבין מוזיקה רועשת נוסח מ,ב,ד פריד וליפא.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2004 21:40 |
|
| |
רעב_חסיד שרייבט:
איבער דמן'ס על חטא, ווי פייערמאן און אנדערע משנת חסידים און יוסף90 פרעגן וואס ער מיינט, ווייל די בעלזער ניגונים זענען דאך נישט וואילגאריש נאר אדרבה ווארעמע חסידישע קאמפאזיציעס, וויל איך אלץ א געוועזענע בקי וחסיד מופלג פון אלע בעלזער טעיפס קלאר שטעלן וואס ער מיינט
ער מיינט די אינטראדאקאשאנס און צושפילן צו די ניגונים, וועלכע זענען געווען = איבערהויפט ביי די ואס "מאנא" משה מונה האט געמאכט = זייער פארגעשריטן און דזשעזי
(באקומען אין אישית, ז.י.)
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2004 21:06 |
|
| |
משנת חסידים:
א. די קשיא דארפסטו פרעגן פאר ר' ירמי' וואס קלאפט על חטא אין דעם אינטערוויו.
ב. איך האלט אויף אז די מערהייט פון דמן - ברייער ניגונים, איז פול מיט תוכן אין נישט וואלגאריש.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2004 20:37 |
|
| |
פייערמאן
איך לייג דיך אויף די חזקה אז די האסט נאך קיין בעלזער קאסעטל קיינמאל נישט געהערט.
ווי אזוי רופסטו עס? רעדיאו סטייל גוי'אישע מוזיק. וואס ליידיגט אויס דעם יוגנט פון יעדע סארט ערנסטקייט, און מאכט זיי טאנצן התלהבות'דיג מיט ווילדע ראדיא מוזיק פונקט ווי די שחורים פון די בראנקס, אנטשולדיקט אבער דו מאכסט מיך פשוט לאכען.
איך פארשטיי טאקע נישט וואס קען זיין מער חסידישע מיוזיק פון בעלזער מוזיק,ווי דאמען מיט ברייער? וואס איז שייך צו חרטה האבען אויף אפאר פידלעך ביי כי לה המלוכה.?
|
|
|
|
| נשלח ב-11/10/2004 20:12 |
|
| |
זיידיאנטשי:
יישר כח פאר דיין אויסערגעווענליכע ארבעט וואס איז SUPER ווי שטענדיג...
עס איז ממש ווייטאגליך אפצוליינען ווי ר' ירמי' קלאפט זיך על חטא פאר'ן אריינברענגען די רעדיאו סטייל גוי'אישע מוזיק אין חסידי'שע הויפן. וואס ליידיגט אויס דעם יוגנט פון יעדע סארט ערנסטקייט, און מאכט זיי טאנצן התלהבות'דיג מיט ווילדע ראדיא מוזיק פונקט ווי די שחורים פון די בראנקס.
דעם "קרעדיט" דערפאר גיט ער פאר זיין רב, אויף וועמען ער זאגט אז ער "האט נישט מורא דורכצוברעכן די גדרים פון אמאל". און ער האט אים געצווינגען ער זאל דאס טאן.
ס'איז אינטרעסאנט וויאזוי ער שרייבט גאר דערנאך, אז דער "רב" האט אים אפגעשטעלט און ווען נישט אים וואלט דער מצב געווען אסאך ערגער.
בקיצור דער אונטערצינדער איז אויך דער פייעלעשער...
בדרך אגב דער עתיקא קדישא פון ר' ירמי' איז באמת מלא טעם...
(זיידי: איך האב דירעקט נישט רעאגירט איבער די טעמע אין יענעם אשכול, ווייל איך האלט אז די תגובה באלאנגט ענדערש אין דעם אשכול).
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|