בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

דארף מען מאכן לחם משנה מוצש"ק?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/10/2004 05:02 לינק ישיר 
דארף מען מאכן לחם משנה מוצש"ק?

עס איז דא וואס פירן זיך אזוי און עס איז דא וואס פירן זיך אזוי.

גראדע א באקאנטע מאמר!

פארגאנגענע מוצש"ק איז זאלי געווען אין שטוב פון אינגערמאן ר' ח. ש., ר' ח' האט געפראוועט א סעודת הודאה וואס א משפחה מיטגליד איז געראטעוועט געווארן פון אן ענין, און זאלי האט זיך דארט געוואשן אלץ א ידיד צום בעל שמחה, און נאכ'ן וואשן האט ער געווינקען נו! נו! מען זאל ברענגען נאך א בילקעלע, און קיינער האט נישט געוואוסט וואס ער וויל, און ווען מען האט איהם געברענגט נאך א בילקעלע האט ער אויפגעהויבען ביידע בילקעלעך אין די הייעך, און געמאכט הויעך א ברכה לכבוד סעודת דוד מלכא משיחא, און מענטשען האבן זיך אנגעקוקט איינער דעם צווייטן איז דער רב יעדע וואך מקפיד פאר לחם משנה מוצש"ק אדער נאר די וואך?

איין זאך קען איך אייך אלע זאגן, ער האט א בלעכענעם פנים, און איז א געווינער, ער איז ווייטער דארט געבליבען און ער איז נישט אנטלטפן פון דארט...........



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/10/2004 21:41 לינק ישיר 

עס איז דא א שטארקע מקור עס שטייט און מנהגי שפתי צדק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/10/2004 20:31 לינק ישיר 

איז דא א מקור צו עסן לחם משנה מושב"ק?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/10/2004 18:56 לינק ישיר 

דער תירוץ אויף אלע 8 קשיות איז א היליכיגן יא

און זיי ווייסן עס

וואס קאן מען טאן

אז עס איז באשערט ביזיונות



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/10/2004 18:38 לינק ישיר 

האט איינער מברר געווען די מעשה ביי ח"ש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2004 02:41 לינק ישיר 

קודם די אלטע פיר קשיות

איז געווען א סעודת הודאה?

איז זאלי דארט געווען?

האט ער זיך געוואשן?

האט ער גענומען לחם משנה?



יעצט נאך פיר קשיות

איז זאלי געגאנגן נאך די סעודה וואונטן פאר די עזרת נשים?

האט ער געזאגט אז מען זאל נישט דארפן מאכן קיין סעודת הודאה'ס מער??

האט מרת ש. די שוויגער פון ח.ש. אים גע'ענטפערט אז אויב זאלי וועט נישט אנדרייען די מחלוקת, וועט נישט דארפן זיין קיין סעודת הודאה'ס

האט זאלי געמאכט א ווילדן יו טוירן, און אפגעיאגט פון דארט??


איך האב געפרעגט "נאך" פיר קשיות זיי מוחל און ענטפער א תירוץ



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2004 01:11 לינק ישיר 

חרוניער פאר א טשענס זאגסטו א גיטס!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2004 01:09 לינק ישיר 

שור שנגח:

די זעלבע פאסירט ווען מענטשן וואס האבן געהאלפן אפראטעווען א גרויס חלק סאטמאר פון ר' אהרן'ס לאפעס, טראכטן אמאל ער "פארוואס האט עס אויסגעפעלט", קומט ער שנעל צו לויפן מיט זיינע מעשה טעראר און באווייזט אז ער האט זיך גארנישט געטוישט פון אמאל...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2004 00:38 לינק ישיר 

אז מ'רעדט שוין פון נביאות, האב איך געהערט אז מארגן גייט שטיין א בריוו אין "בלאט" איבערן ענין פון לחם משנה, מיט ליצנות כדרכם.

ויבושם להם, טרייסטענדיג זיך מיט חלשות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/10/2004 00:30 לינק ישיר 

יעדע שטיק צייט מאכט ער אן פאר די זאלי'ס אזאנע שווערע קאפ וויי און בזיונות, דער אייבערשטער באשטראפט אים און שיקט אים אריין אזאלעכע מעכטיגע עם הארצות צו ווייזן פאר די וועלט וואספארא גרויסע עם הארץ זאלי איז אונטער זיין גרויסע ביבער היט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2004 21:14 לינק ישיר 

העלאו

פארשטייסט אידיש???

וויפיל פון מיינע פראגעס קענסטו ענטפערן,

איז געווען א סעודת הודאה?

איז זאלי דארט געווען?

האט ער זיך געוואשן?

האט ער גענומען לחם משנה?

ענטפער אויף וואס מען פרעגט

און דאס וואס דו זאגסט אז א יעדער בחור ווייסט איז אמת.

און אגב האט זיך דער בחור ה.ר. וואס איז דארט געווען זיך אנגערופן אז ער קען שוין ענדערש זיין רב ווי זאלי

און בנוגע דיין סטראשע, קיפ אן,

אז זאלי גוט סחורה, פארוואס זאלן מיר דאס נישט קויפן

נאכאמאהל און נאכאמאהל און נאך איין מאהל

איך האב געפרעגט פיר קשיות, זיי מוחל און ענטפער א תירוץ

אויב מעגליך א יא אדער ניין, און נאכדעם א הסבר

איך האף אז איך פארלאנג נישט צו פיהל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2004 20:56 לינק ישיר 

KJAlliance:

איך זע אז דו האסט נישט פארשטאנען מיין תשובה.
איך האב נישט אפגעוואנדען אדער באשטעטיגט דיינע מעשה'לעך, איך האב נאר ארויסגעברענגט אז ווען דו הייבסט אן שרייבן אזעלכע נארישקייטן, איז דא צען מאל מער מעשיות אויף דיין פארטיי פירער, סעפציעל וויאזוי ער פירט זיך אויף ביי שמחות, און נישט נאר פון טעותים וואס ער האט דארט געמאכט, נאר פון זיך נעמען רעדן געפערליכע שטותים, אדער שקרים, מלבין פני חבירו ברבים זיין, און זיך טענה'ן מיט עלטערע אידן אז ער ווייסט בעסער פון זיי...

פארשטייט זיך אז קיינער וויל זיך נישט אראפלאזן צו דעם סארט שטאפל פון מבזה צו זיין אידן פערזענליך (עכ"פ איך זיכער נישט), און רוב היידפארק חברים פרובירן זיך טאקע צו האלטן צו אידעלאגישע מיינונגס פארשידנהייטן, אבער אז דו ווילסט מאכן אזעלכע סארט אשכולות, זאלסטו נישט זיין איבערראשט אז אין אזא פאל וועלן זיך טרעפן אנדערע חברים וועלכע וועלן זיך באנוצן מיט די "מנה אחת אפיים" סטראטעגיע...



און אז מען רעדט שוין יא, טראכט פאר א מינוט ווי נאריש דו ביזסט צו גלייבן אז ר' זלמן לייב ווייסט נישט צו מען דארף לחם משנה פאר מלוה דמלכה... יעדער בחור'ל ווייסט דאס, און ער ווייסט עס נישט???

דאס ווייזט ווי שטארק די אהרונישע פראפעגאנדע פארטעמפט אייערע קעפ צו גלייבן אלע מיני "נאָן-סענס"... ר' זלמן לייב איז שוין קרוב צו 25 יאר א מגיד שיעור פאר בחורים, ער האט שוין פארגעלערנט ברבים צענדליגער מסכתות, אבער דיר קען מען ווייטער פארקויפן אז ער איז אן "עם הארץ"... און דו גלייבסט עס... ווייל יעצט האט כ"ק הגאב"ד געהייסן גלייבן...

איך פארשטיי אז דיר האט מען ערקלערט אז א "תלמיד חכם" מיינט איינער וואס זאגט א דרוש גג על גג און ער איז מסביר אז פרעה האט געהאלטן ווי דער שינאווער רב און המן ווי דער שאגת אריה...
אבער אזויפיל קען איך דיר זאגן אז וויאזוי צו לערנען א "בלאט גמרא" קען ער זיך נאך קומען לערנען ביי ר' זלמן לייב.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2004 20:28 לינק ישיר 

טאטע לעבן

איך האב געפרעגט פיר קשיות,

זיי מוחל און ענטפער א תירוץ

???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2004 19:47 לינק ישיר 

א עובדא וואס איך האב אליין בייגעוואוינט,

איך בין געווען ביי א תנאים פון מיין קרוב, דער חתן האט געלערנט אין קווינס, ר' זלמן לייב איז דארט געווען, דער מחותן האט איהם מכבד געווען צו זאגן אפאר ווערטער, ר' זלמן לייב ענפערט, "...הממממ...נישט יעצט, שפעטער...", ביז אפאר מינוט האט ער זיך אויםגעהויבן אין געמאכט פליטה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2004 19:05 לינק ישיר 

מורי ורבותי ענטפערט שוין דערויף אין חדשות ניו יארק:

וואס ס'איז געווען ווייטער אין וויליאמסבורג ווייס איך נישט, אבער איך האב געהערט די צד השני של המטבע, וויאזוי דער קאורט רבי אין צאנז קרית יואל האט אויפגענומען די בשורה.
אלזא לאמיר אייך נישט אויפהאלטן. אהרן חארינער האט באלד ביים באקומען דעם טעלעפאן אנגעהויבן לאכן און שרייען אויף א הויכן קול אין שטוב "קומט אריין". אהרן איז פונקט דעמאלט געליגן פרקדן אין בעט מיט א קארדלעס פאון, (ווער ס'ווייסט נישט ער האט זייער ליב צו ליגן אויפ'ן ריקן), און ווי נאר ער האט באקומען דעם לייוו-רעפארט פון וויליאמסבורג האט ער אנגעהויבן אזוי לאכן, און מיט אומבאנומענע קולות גענומען זיך שרייען, אז די שטוב מענטשן זענען אריינגעלאפן קוקן צי ער האט געכאפט א נערוון אטאקע.
פאר גרויס התרגשות האט אהרן אנגעצינדן דעם ספיקער פאון (וואס איז אינסטאלירט אינעם קארדלעס), עס ארויפגעדרייט צו זייער א הויכן נומבער, און געהייסן דעם דערציילער ער זאל נאכאמאל איבערזאגן די בשורה טובה. "אנדערע אידן ווילן אויך הנאה האבן" האט אהרן געזאגט.
די היץ אין צימער איז ממש ווי געווארן אנגעגליט פון עקסטאז. סאשע האט אריינגעברענגט אייסעס פאפס און דער עולם האט גע'יובל'ט פון די אתחלתא דגאולה.
אהרן האט געזאגט: עטס זעטס, איך האב ענק געזאגט אז זיי וועלן זיך נאך שלאגן צווישן זיך. ווען איך זאג עפעס ווייס איך וואס איך זאג!
אהרן האט געלאכט אויפ'ן קול און זיך געפאטשט אין בויך נישט קענענדיג קומען צו זיך. אינמיטן כאפט זיך חיים שלמה פישער אז די טיר איז ברייט אויפגעפראלט. און אפאר פרומע בחורימ'לעך וועמען דער דומ"ץ רבי געציל האט נארוואס פארהערט הל' שבת, שטייען ביי די טיר, ווער ווייסט ווי לאנג, און קוקן זיך צו צו די גאנצע סצענע ווי דער גאב"ד ליגט אויסגעשטרעקט אויפ'ן ריקן און לאכט גראב.
ווען ער האט געגעבן א ווינק פאר אהרן ער זאל זיך בארואיגן, איז חארינער געווארן בלייך ווי די וואנט. סיי דער דיין און סיי די פרומע בחורים'לעך האבן שוין די לעצטע פאר יאר אים נישט געזען אין אזא מצב. ער האט געזוכט א מויזן לאָך אין דער ערד וואו זיך צו באגראבן. חיים שלמה האט האסטיג פארהאקט די טיר, און רבי געציל האט גלייך אפגעפיצט. אבער דא האט אנגעהויבן פליען א מבול פון קללות אויף חיים שלמה פישער'ס חשבון. סאשע האט געשריגן: דו ביסט שולדיג אז די טיר איז געווען אפן. אהרן האט געזידלט: שוין באלד בעסער געווען יודעלע, וואס דארף מען דיך, זאלסט מיר ברענגען בזיונות?
וויפיל חיים שלמה האט פרובירט צו בארואיגן די געמיטער, איז אים עס נישט געלונגען.
און ווען ס'איז אין א ליאדע מינוט ענדליך שטיל געווארן, האבן די בחורים פונדרויסן אנגעהויבן שרייען: נאר דער רב מעג ליגן אויפ'ן ריקן מיט א קארדלעס פאון און לעקן פאפס? אונז פארקויפט ער באפקעס וועגן אויסנוצן יעדע מינוט, אלעס כדי עס זאל הייסן אז קרית יואל געט ארויס תלמידים מצוינים?!
חיים שלמה וואס האט געזען אז דער מצב דראעט צו א קאטאסטראפע, האט שנעל געכאפט די וויטאמינען וואס מ'האט אים שוין אנגעגרייט א לאנגע צייט צוריק פאר "ווען ס'וועט אויספעלן", און געטיילט דערפון גרויסע קוואנטומס פאר אהרן און סאשע. ווי ער האט שפעטער דערציילט האט די דירה באקומען צוריק א נארמאלן אויסזען ביז א האלבע שעה שפעטער.
נאכן צוזאמנעמען אלע פעיפערס פון די רויטע אייס פאפס, האט חיים שלמה זיך אפגערעדט מיט באדויער: אלעס האט מען שוין נאכגעמאכט אין קרית יואל, הצלה, פייערלעשער, פאליס, פאטראל א.א.וו. נאר "שומרים" האט מען נאך נישט געמאכט.
"אוי וויפיל עגמת נפש איך וואלט שוין איינגעשפארט אין די פאר יאר", האט ער זיך ארויסגעכאפט, "ווען איך קען ווען קאלן שומרים און זיי אריבעררופן קער נעמען".
נאך אינמיטן די נאכט איז געבליבן א מיטונג, אז די נעקסטע פאזע אין קרית יואל וועט זיין דאס גרינדן אן אייגענע שומרים. ווען צווישן מויל און אויער גייט ארום דער טעם ווייל "דער רב זאגט אז א אידישע שטאט מוז האבן אייגענע שומרים"...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/10/2004 18:58 לינק ישיר 

איין קושיא ווערט פארענטפערט

ווי די אהרונים בעקער'ס ווערן פארשווינדען ווען מען גוט זיי צוריק מיטן זעלבער מעדעצין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > דארף מען מאכן לחם משנה מוצש"ק?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext