די ווינטער ריקט זיך אינטער, אין ביהמ"ד הערט מען שוין די בערן היסען און די קינדער ניסען, אין אסאך הייזער ארבעט שוין די סטיעם, אני הקטן בין שוין איינגעפעלצט מיטן שאל און ווינטער מאנטל באלד נעם איך שוין די העטשעך אבער די יונגעלייט דרייען זיך ארום פראנק און פריי אן די מינדעסטע מחשבה אז מדארף אכטונג געבן פונעם וועטער און פארן געזונט
יעדעס יאר רעג איך מיך (ווער רעדט נאך פון באבע צירל..) און כקען נישט פארשטיין וויאזוי די יונגעלייט וועלן זיך בשום אופן נישט אנטון א מאנטל, סאיז עפעס א בושה צו גיין מיט א מאנטל ווען סאיז קאלט? מסתמא זענען זיי געווען פון די קינדער אין חדר וואס האבן אלעמאל געהאט אפענע קאוטס אדער האבן זיי עס געהאלטן אין די הענט
פאראיאר איז איין טאג געווען אפשר זערא דעגריס כבין געווען דורכגעפרוירן און מיין טאשטיכל אפגעוועטשט, מיטאמאל זעה איך א אינגערמאן א מיסטער מאטשאו שפאצירט זיך אן א מאנטל מיט א ווארימע קאווע אין די הענט כאילו סמיינט נישט אים די גאנצע מעשה, כבין זיכער אז ער איז אויך געווען פארפרוירן נאר סהאט אים נישט "געפאסט" אנצוטון א קאוט, וועם ער האט אפגעטון ווייס כנישט
איי די יונגווארג...
נשלח ב-26/10/2004 13:20
עפשטיין
צו ווס דארף איך דער מאנטל? פון די טיר פון מיין הויז ביז די טיר צו מיין מאנטל איז בערך 10 פיס און פין די טיר פון מיין מאנטל ביז די טיר פון בה"מ איז נאך 10 פיס, אוקעי איך איך קען נישט הענגן די מאנטל אין די קלאוק רום, אבער ווען עס איז דיר קאלט מיט דיין מאנטל קען איך עדזשאסטן די 'עירין קדישין' אין מיין מאנטל.
נ"ב די סמייליס ארבעטן נישט אויף מעק???
נשלח ב-26/10/2004 00:54
the shal without a coat shtams from E Israel, the gerrer like to go like that
נשלח ב-25/10/2004 23:53
כהאב היינט געזען אפאר פון די פשרה מאכערס וואס טוען א טובה און טוען זיך אן א שאל אבער ווייטער אן א מאנטל, כקען נאך אלץ נישט פארשטיין וואס איז דאס די בושה און אז מען האלט זיך cool דארף מען דאך ערשט אנטון א מאנטל...
כורמיזא יענער אינגערמאן איז געווען מיינס א אייניקל, חיה שרהס זון, זאג נאר ווי האט ער אויסגעזען, א רויטליכער, שטראם מיט אויגנגלעזער? דאס מוז זיין ער, ב"ה די אייניקלעך האבן נאך דרך ארץ
נשלח ב-22/10/2004 18:45
יאסעלע
פון דיר איז נישט קיין ראיה, אין לאנדאן איז אלעמאל פארוואלקענט און טונקל, עס מאכט א רושם אז עס איז קאלט אפילו ווען עס איז נישט.
דא אין נו יארק אפילו ער איז קאלט, אבער דע זון שיינט, און ווען מען קוקט ארויס פון פענסטער פאלט נישט איין אז עס שנייט א פראסט.
נשלח ב-22/10/2004 15:39
דזשובוי, אין ירושלים מיט א קושטמע?
אגב, איך דערמאן זיך ווי פאראיאר טרעף איך א חבר אונזער'ן (דזשובוי, דו ווייסט וועם איך מיין) אויפ'ן גאס אין בילאו זיראו פרעסטן, אן א מאנטל. יענער האלט זיך אייביג גרויס מיט זיין גוי'אישקייט און פרובירט צו זיין COOL. עס פאסט אים פשוט נישט אנצוטאן א מאנטל.
שטעלט זיך אפ א קאר און אן אנדערער חבר אונזערער שרייט ארויס פון פענסטער, "העי DUDE, גוים גייען היינט אויך מיט א מאנטל..."
נשלח ב-22/10/2004 11:33
כ'ווייס נישט, מיין מאנטל האט פיר רעדער און איך נוץ סיי אין די ווינטער און סיי אין די זומער, איך ריר מיך נישט אהן דעם, חוץ שבת פארשטייט זיך וואס איך נוץ א רעזשוואלקע.
נשלח ב-22/10/2004 11:26
550 דא אין ירושלים איז רוב וואך ביטער הייס, און איינמאל א וואך איז קאלט.
נשלח ב-21/10/2004 17:43
זיידיאנטשי את ב... ומצודתך פרוסה ב...
איך ענדיג נארוואס זיך צו מסדר זיין אין מקוה קומט אריין א יונגערמאן אנגעפעלצט כאילו ס'איז אינמיטען טבת, איינער פון זיינע חברים מערקען אים אן אז עס איז נאכנישט אזוי קאלט, ענפערט ער איך וויל נישט אז זיידייאנטשי זאל האבען טענות.
נשלח ב-20/10/2004 23:39
דזשובוי א שידוך בקרוב, מיר וועל אלע קומען צו די חתונה