דער ביהמ"ד איז געגרינדעד געווארן דורך א קבוצה פון תלמידים פון ישיבת "אור ישראל" פון הרב געלדצעלער.
אלץ רב אין ביהמ"ד איז נתמנה געווארן הרה"ג מאיר איתמר ראזנענבוים שליט"א, אייניקל פון קרעטשינף'ער רבי און פון אודווארי רב שליט"א, אין ר"מ אין ישיבת "באר התורה". אין א ספיציעלע פערזענדליכקייט פארזיך. ממש א נוח לשמים ונוח לבריות.
דער ביהמ"ד הייסט טריבעשאן, ע"ש הרה"ק רבי מאיר מקרעטשניף זיע"א וואס האט געוואינט קודם אין טריבעשאן.
יהי רצון שתשרה שכינה במעשי ידיהם.
נשלח ב-31/10/2004 16:15
אויב האט ער דאס געטאן אויפ'ן באפעל פון זיין גרויסן זיידן שליט"א, האב איך דאך טאקע נישט וואס אריינצורעדן.
בלייבט מיר נאר איבער צו וואונטשען מזל טוב און אסאך הצלחה פאר'ן:
טרי-בע-שאנ'ער רב שליט"א.
נשלח ב-31/10/2004 15:32
נאך א קליינע פארשטונג האב איך מברר געווען אזוי:
מען זאגט דעם נאמען אזוי: טרי-בע-שאן
ווערי סימפל.
לגבי פארוואס ער האט אויסגעוועלט דעם נאמען, האב איך געהערט פון א קרעטשינעווער חסיד, אז נאך אלץ אינגל האט עם זיין זיידע געזאגט אמהל, "מאיר זו וועסט זיין טריבעשאנער רבי".
און 3 יאהר צוריק האט ער איהם געזאגט ראש השנה ביינאכט ביים טיש קעגן גאנצן עולם "מאיר דארפסט עפענען א בית המדרש, און פירן באטעס, און דו וועסט אי"ה מצליח זיין".
עס זעהט אויס אז עס גייט אזוי זיין אי"ה
תוקן על ידי - קיינער - 31/10/2004 15:41:46
נשלח ב-31/10/2004 02:07
אפשר קען איינער קלאר ארויסשרייבן דעם נאמען פון דעם ביהמ"ד מיט "נקודות"... ווייל איך און מסתמא טויזענטער אנדערע האבן גרויס שוועריגקייטן ביים ארויסזאגן דעם נאמען.
איך מיין נישט קיין דזשאוק, איך פרעג באמת. וויאזוי זאגט מען דאס ארויס: טר-בעישאן? טר-בעשאן? טריבעשאן? טריבעישאן? וכו' וכו'
און ווען מען וויל דעם רב אליינס אנרופן אלס "טערבעישאנער רב" קלינגט דאס אינגאנצן נישט צו דער זאך.
איך האב גארנישט קעגן דעם חשובן רב שליט"א, און איך מיין באמת זיין טובה. איך בין אים אויך דן לכף זכות (און אפשר צייגט דאס גאר אויף זיין גדלות!) אז ער ליגט נישט אין די היינטיג נארישע רעבישע זאכן, וואו א לייכט-ארויסזאגנדיגער-נאמען, מיינט גאר אסאך, אבער ער איז גענוג א גרויסער בנש"ק צו קענען טרעפן א שענער-קלינגעדיגן נאמען,
נאכאמאל איך וואונטש אים אסאך הצלחה, און מסתמא קוקט ער נישט אויף די אלע נארישע זאכן, (און אוודאי ליינט ער נישט היידפארק) און אפשר איז שוין אויך צו שפעט דאס צו טוישן, אבער צוזעענדיג וויאזוי פילע אנדערע וואס זענען נישט אזעלכע בנש"ק עפענען זיך בתי מדרשים מיט שיינע נעמען און דערקלערן זיך פאר רבי'ס און רבנים, האב איך געפילט אז איך מוז איבערגעבן מיינע אבזערוואציעס.
נשלח ב-31/10/2004 01:18
לידי"נ הרה"ג רבי מאיר רויזנבוים שליט"א ברכת מזל טוב לרגל עלותו על כס רבנות ביהמ"ד הנ"ל . כאחד שמכיר את פעולותיו הברוכות בצדקה וחסד ושאר דברים נשגבים.בטוח אני שבעזהשי"ת יצליח בכל דרכיו ויזכה להאדיר תורה וחסידות .אמן.
(ושיתפוצצו הקנאים !!!-המבין מבין....)
נשלח ב-24/10/2004 22:47
באריכט פון שבת לך - שבת התייסדות ביהמ"ד טריבעשאן וומס"ב.
אויף אזא סוקסעס האט מען זיך נישט געראכטן אפילו אין די שענסטע חלומות.
קרוב צו הונדערט יונגעלייט און בחורים האבן זיך משתתף געווען ביי די תפילות דעם שבת. אויך איז געווען א גרויסע קידוש ביום השבת לכבוד די שמחה פון איינע פון די מתפללים.
עש"ק מנחה האט דער רב שליט"א געדאווענט פארן עמוד, אין אנגעווארעמט דעם עולם, כנוסח אבותיו הק' לבית קרעטשניף. אזוי אויך שלש סעודות מיט ווארימע דברי תורה. עס איז געווען ממש א פארגעניגן.
נשלח ב-22/10/2004 03:33
גראדע האט ער אופגעהערט צו טראגען מיטן עירוב ווייל די חברה האבען איהם געסטראשעט ארויס צו ווארפען זיינע קינדער פון די מוסדות אויב ער טראגט.
עס איז טאקע דא א מצוה לענג את השבת, אבער זיכער נישט אויפן חשבון פון די קינדער.
נשלח ב-22/10/2004 03:26
קיינער
נשלח ב-22/10/2004 00:22
יא!, עס וועט ערלויבט ווערן צו טראגן, און אויך נישט צו טראגן מיט'ן עירוב, אזוי אויך וועט ערלויבט ווערן צו מוחה זיין קעגן די וואס טראגן, אבער נאר אידערויסן פון ביהמ"ד. עס וועט נישט ערלויבט ווערן צו פירן מחלוקת אין מבייש זיין אידן אין דעם ביהמ"ד.
ווייל דער רב שליט"א איז באוויסט אלץ א איש שלום וואס לעבט מיט יעדען איינעם גוט, אפילו מיט אזעלעכע וואס האבן איהם נישט צוגעטיילט נאר זיסע האניג, מעודו דערווייטערט ער זיך פון מחלוקת אזוי ווי פון פייער.
באשר דער רב שליט"א אליין, ער האט שוין פון לאנג אויפגעהערט צו טראגן שבת מיט'ן עירוב, ער פלעגט נאר טראגן בשעת די מערכה איז געווען בתוקפו אלץ כבוד פון זיין זיידן דער אודווארי רב שליט"א. אבער פון ווען עס איז אביסל שטיל געווארן האט ער אויפגעהערט צו טראגן.
ועושה שלום במרומיו הוא יעשה שלום עלינו ועכ"י, און דער באשעפער זאל העלפן אז עס זאל זיין כאטש איין ווינקל אין וומס"ב אן מחלוקת!
תוקן על ידי - קיינער - 22/10/2004 0:24:44
נשלח ב-21/10/2004 22:40
אין דעם ביהמ"ד ווערט ערלויבט ווערן צו טראגן מיט'ן עירוב?
נשלח ב-21/10/2004 22:34
פיינעלי הערט מען אויך א ברכה פון די חברה
נשלח ב-21/10/2004 20:05
מיר וואונטשן פאר הרה"ג ר' מאיר ראזענבוים שליט"א א סאך הצלחה ער זאל קענען אויפטאן להרים קרן התורה ויהדות.
דער חשוב'ער רב איז באוואוסט אלס א תלמיד חכם און איש החסד, און געוויס איז עס א שמחה פאר יעדן.