אויב עס וועט נישט נעמען קיין סוף וועט מען מאכען א אשכול צו הערן וואס דער עולם האלט פון רוב דיינע אשכולות.
נשלח ב-29/10/2004 22:56
די גיבסט נישט אויף צו רעדן וועגן די *געפערליכע* עולה וואס איך בין באגאנגען מיטו עפענען א אשכול וועגן די טריפה'נע פארדארבענע מושחת'דיגע יענקיס.
און ביי די וועי, זענען די מנהלים אויך גאנץ גוט פעד-אפ מיט די אלע סאטמארע גארבעדש. גלייב מיר אז עס אינטערעסירט הרב JEWBOY דיינע נארישע אהרן\זלמן לייב נייעס ווי דער פאריעריגע שניי.
איך זעה נישט פארוואס איך זאל נישט מעגן עפענען אן אשכול וועגן אקטועלע נייעס בעת איך מוז זיצן און זעהן נארישע קינדערישע נייעס ווערן געפאוסטעט ביי אזעלכע ווי דיר.
אויב די זעסט אויף דיינע אשכולות אז עס האט ווייניג לייענער'ס זאלסטו מאכען מסקנות.
נשלח ב-29/10/2004 21:32
מיין הארציגע רחמנות גייט ארויס אויף דיין נעבעכדיגע אומשולדיגע נשמה.
האסט עפעס נייעס פון אהרוני\זאלי? לייג ארויף!
עס אינטערעסירט דיך נישט וועלטליכע נייעס? לייען נישט! איינע פון די סיבות פארוואס יעדע אשכול האט א נושא איז בכדי די זאלסט וויסען וואס די ווילסט לייענען און וואס נישט. אז די זעהסט אן אשכול וואס אינטערעסירט דיך נישט, דעמאלט לייען עס נישט, וזהו זה. ווי אויך שטייט ביי יעדע אשכול ווער דער מחבר פון דעם אשכול איז. אויב די זעהסט אז עס איז שוין ווייטער דער משוגענער דאן ריר עס נישט צו! קענסט חס וחלילה נכשל ווערן אין לייענען ריעל נייעס. דאס קען שאטן פאר דיין נפש לדורי דורות. זעה צו לייענען נאר אינטערעסאנטע נייעס, אהרוני\זאלי וכדו'.
א הערצליכען דאנק!
נשלח ב-29/10/2004 21:19
מעשיגענער
איך בין זיכער אז ספארט איז מער אינטערסאנט פון סאטמארער חסידישער נייעס והא ראיה אז מיליאנען מענטשען האבען ליב ספארט אין נאר אפאר טויזענט מענטשען האבען א אינטרעס אין סאטמאר,
אבער עס איז דא טויזענטער פורומס פון ספארטס דו קענסט אהין גיין הנאה האבען, פארוואס דווקא דא, ווי קיין איינעם אינטערסירט נישט ספארטס?
אפילו נייעס ליינט יעדער א צייטונג אדער דראדש ריפארט.
עס איז פשוט נישט אינטערסאנט פארן עולם דא.
לדעתי זאלסטו מאכען א פורום פאר נייעס אין דראדש ספארט ענליך צו וואס זיידי יאנטשי האט געמאכט.
איך האף אז די מנהלים וועלן האבען שכל צו אויסמעקט די נארישע וועלט נישט אידישע נייעס וואס מעשוגענער ברענגט דא.