פאריגע וואך האבן משה דוד נידערמאן און דעיוויד פאלאק פון JCRC (וואס דארף מכלומר'שט פארטרעטן אלע קהילות) דורכגעפירט א קאנפערענץ מיט אלע פאליטישאנס און אידישע ארגאניזאציעס. ביי דעם קאנפערענץ האבן זיי אראפגעריסן און מיאוס בארעדט די צענטראלע סאטמארע קהילה און אויך דעם סאטמארער רב שליט"א.
משה דוד האט אבער נישט געוואוסט אז קהל יטב לב איז געוואויר געווארן דערפון און ווען דער קאנפערענץ האט זיך אנגעפאנגען, האט א חבר הקהלה זיך אויך געפינען אויף די ליין.
משה דוד האט אנגעפאנגען צו רעדן, שטארק אראפרייסנדיג סאטמאר, און ער האט פארציילט אז די זאליס האבן אפגעהאלטן א זיג אין קאורט, און האט געבעטן די פאליטישאנס און אידישע ארגאניזאציעס אז זיי זאלן נאר רעדן צו אים ווייל ער פארטרעט אלע אידישע קהלות.
די פאליטישאנס און ארגאניזאציעס האבן אבער נישט פארשטאנען וואס ס'גייט פאר און אנגעפאנגען צו פרעגן קשיות. דא האט איבערגענומען דעם ווארט דער חבר הקהלה און ער האט געענטפערט אויף אלע זייערע שאלות בטוב טעם ודעת און אראפגעלייגט משה דוד'ן אלס א פאלנער שקרן וכזבן. זעענדיג אז ס'איז צרות האט דעיוויד פאלאק שנעל געסטאפט די קאנפערענץ.
עס איז א שרעקליכע חוצפה אז JCRC וואס דארף פארטרעטן אלע אידישע קהלות פאר די פאליטישאנס האט די חוצפה זיך אריינצומישן אין אן אינערליכע מחלוקה און זיך אננעמען פאר איין צד.
נעכטן ביי א פרישטאג פאר פאליטישאנס האט דעיוויד פאלאק אריינגעכאפט ווי עס דארף צו זיין בקולי קולות פאר זיין חוצפה דורך אן עסקן וואס איז דארט געווען. אבער יעדער סאטמארער איד דארף טאן דאס זייניגע אים צו שטעלן אויפ'ן פלאץ.
ביטע רופט אן דעם דירעקטאר פון JCRC מייקל מילער אויף 212.983.4800 עקסטענשאן 130 און פרעגט אים וויאזוי דעיוויד פאלאק האט די חוצפה צו דיסקרימינירן קעגן איין קהלה.
ווער עס וויל לאכען פין דעם דווקע איז דאס וואס ער האט געשריבען אין אן אנדערען אשכול אז די ארונים האבן בכלל נישט געוויסט דעפין אין אויף אמאל האט מען זיי מכלומערשט אויסגעשפיעלט
17:10 31/10/2004 - נשלח ב
--------------------------------------------------------------------------------
די איינציגסטע "נייעס" וואס איך בין געוואויר געווארן אויף די שאו, איז געווען אז "יו-דזשעי-או" האט די פאריגע וואך געהאט אראנזשירט א קאנפערענץ קאל פאר פאליטישנאס און ארגאניזאציעס וואו סקאט מאלען (דער לויער פון די זאליס) האט צו זיי גערעדט פון דעם קעיס,
דערנאך האט איינער דארט דערציילט די היסטאריע פון חיים ווערצבערגער, וואס האט געעפנט די סי.דזשעי.סי. צו האקן יו.דזשעי.או. און אנשטאט צו טאן עפעס לטובת די וויליאמסבורגער געמיינדע, איז ער ביזי מיט אריינברענגען "דאמעסטיק וויילענס", א חילול שם שמים נורא ואיום.
אגב. ייש"כ davka פאר די טעלעפאן און פעקס נומבער. עטליכע הונדערט חיזוק בריוו און טעלעפאן קאלס צו די עוסקים בצרכי ציבור "באמונה" זענען שוין אונטערוועגנס. טענקס א מיליאן!
נשלח ב-1/11/2004 21:45
אזוי ווי די אהרונים האבן "געווינען" אויף דעם מהלך פון שיקן פעקסעס און מאכן פאני קאלס, גייען זיי ווייטער אויף דעם מהלך....
וויאזוי האט נאר באראש געשריבן אין דעם זיג אורטייל פאר די אהרונים?
He has inundated the fax to our Chambers....
Chambers have been daily inundated by calls from individuals using pseudonyms and falsely claiming to be reporters or attorneys who are tangentially involved in the case seeking information.