וואס עפעס דינסטאג???????????????
זאל איך יא, אבער זאל איך נישט, איין מינוט באשליס איך יא צו שרייבן און איין מינוט שפעטער קלער איך שב ואל תעשה עדיף, אבער למעשה קען איך מיך נישט איין האלטן במילא שרייב איך מיין מיינונג,
קודם כל א גרויסן יישר כח פאר ר' סעמי, ס'איז דברים היוצאים מן הלב, ווייל עס איז נכנסים אל הלב, מען זעהט בחוש ווי יעדער איז מסכים אז עפעס מיז דא געטוהן ווערן, מען מאנט פון אונז עפעס,
אבער למעשה בין איך זייער מחולק אויף דעם וועג וואס מען מאכט אייגענע חשבונות אז וועגן דעם אדער דעם איז דאס געקומען, און דאס אבער דאס דארף מען מתקן זיין, ווען עס פאסירט א אומגליק דארף יעדער יחיד פאר זיך מאכן א חשבון הנפש, און אריינקלערן אז ס'איז נישט קיין מקרה, מען דארף תשובה טוהן, לב יודע מרת נפשו, יעדער האט פלענטי אויף וואס זיך צו פארבעסערן,
איך וויל חלילה נישט קאלט מאכן וואס ר' סעמי האט פארגעשלאגן, פארקערט איך וויל נאך גיין ווייטער, מען זאל זיך יעדער אינטערנעמען נישט צו בארעדן קיינעם און חלילה נישט באשמיצן קיינעם, נישט נאר דינסטיג נאר יעדן טאג, זונטיג מאנטיג מיטוואך דאנערשטיג פרייטיג און שבת, יעדער מעג אנדערשט האלטן, יעדער איז ענטייטעלט צו זיין אפיניען, כשם שאין פרצופותיהן שוות כך אין דיעותיהם שוות, אבער נישט יענעם צו באשמיצן, עבירות שבין אדם לחבירו אין יום הכיפורים מכפר, והמלבין פני חברו ברבים אין לו חלק לעולם הבא, אזוי אויך המכנה שם לחברו אין לו חלק לעולם הבא, עס העלפט דערויף נישט קיין תשובה, לאמיר פראבירן יעדער צד נאר צו שרייבן פאזיטיוו אויף זיין צד, און אפילו ווען מען מיז שרייבן וועגן א עוולה וואס דער צווייטער צד איז כלומפערש באגאנגען, זאל דאס זיין מיטן גרעסטן מאס מענטשליכקייט, אן קיין ווילדע לאזאנגען אדער שמוציגע סטעיטמענטס,
לפי דעתי וואלט די ערשטע שריט געדארפט זיין אראפ צו נעמען אלע ניק'ס וואס זענען מבזה סיי וועמען, אפילו ס'איז נאר א נאמען פון א צווייטן, איבערהויפט אויב עס איז א שפעט נאמען פון א צווייטן.
איך וויל דא נאכאמאל באהויפטן, אז איך וויל חלילה נישט אפקילן דעם גייסט וואס אונזערע חברים האבן דא ארויס געוויזן, קיינער, קיינער, ווייסט נישט בשל מי הרעה הזאת, פונקט ווי קיינער ווייסט נישט פארוואס דער יונגערמאן פון קרית יואל איז נפטר געווארן אזוי יונג אפאר וואכן צוריק, און קיינער ווייסט נישט פארוואס די פרוי ג. פון בארא פארק איז נפטר געווארן, קיינער קען נישט פוינטן קיין פינגערס, נסתרים דרכי השם, נאר לאמיר צוזאמען נחפשה דרכינו, לאמיר יעדער זוכען ביי זיך און תשובה טוהן, רבותי, די שפעטעלער זענען נעבעך פיל מיט היימישע פאציענטן, טאטעס מאמעס און קליינע שעפעלעך, וואס ווארטן נעבעך אויף א רפואה שלימה, ובזכות זה זאלן מיר הערן בשורות טובות און יואל בן צבי-ה זאל האבן א רפואה שלימה בתוך שאר חולי ישראל אמן.
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 02/11/2004 23:58:38
 |
|
|