בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

מז"ט פאר סאטמארער רבין'ס ווערן 90

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/11/2004 03:18 לינק ישיר 
מז"ט פאר סאטמארער רבין'ס ווערן 90

דא וועט מען קענען לייגן אלע ברכות און וואונטשען פאר כבוד קדושת מרן רבינו הקדוש והטהור רבן של כל בני הגולה האדמו"ר מסאטמאר שליט"א פאר'ן ווערן 90 יאהר כ"ג חשון תשס"ה לפ"ק

כמנין צדי"ק

כ"ק רבינו שליט"א איז פון די עלטסטע רבנים אין היינטיגן דור און די איינציגסטע אדמו"ר וואס איז שוין געווען א רב אין א שטאט פארן קריג

הקב"ה יאריך ימיו ושונותיו בנעימים וירפיאהו ויחלימהו און זאל זוכה נאך זוכה זיין צו זעהן בני שלשים רבעים וחמישים מתוך נחת והרחבת הדעת, און אויך נחת מבני קהלתו און זאל זוכה צו פירן זיין עדה הקדושה און גאנץ כלל ישראל קעגן משיח צדקינו במהרה בימינו מתוך בריות גופא ונהורא מעליא

תוקן על ידי - אויסשווארץ - 07/11/2004 3:19:55



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2004 18:50 לינק ישיר 

באראפארקער, קאשויער רב איז געווען ראב"ד אין קאשוי נאך די קריג ערשט, אודוארער רב שליט"א איז יא געווען רב פאר די קריג, אבער ער איז נישט קיין אדמו"ר, און די צוויי זענן די איינציגע שרידים וואס האבן משמש געווען ברבנות פאר די קריג לאויש"ט. (ביידע האלטן אז ר' אהרן דארף זיין רבי).

געזעגענען די זעסט נישט קיין ארונים ווייל דער רבי איז נישט דא, פונקט ווי די זעסט נישט קיין זלונים ווען דער רבי איז יא דא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2004 17:14 לינק ישיר 

קוקטס ווי נידערגעשלאגן דער נגח'ל איז נאך פונעם "זיג" (אנטשולדיגט: דורכפאל) אין געריכט, אז ער מוז זיך טרייסטן דא אויף הייד פארק.

ראדני סטריט איז ב"ה רואיג זייט ריכטער באראש האט זיי דערלאנגט א זעץ, און ווי עס קוקט אויס וועט בראך מוזן זיך אריינדרייען גאר לאנג מיט זיין פיס וואס "די דיסטריקט אטורני נעמט קער דעראויף".. (ווי נגח'ל זאגט).

ווער עס איז נאכנישט געווען אין ראדני זייט שמחת תורה זאל קומען זען ווי שיין דאס ביהמ"ד קוקט אויס מיט אידן וואס קומען דאווענען און נישט נוצן א ביהמ"ד פאר פאליטיק.

און כ'האב שיעור נישט פארגעסן דעם שלש סעודות וואס ווערטג עפירט דורך הגאון הצדיק אבד"ק סאטמאר שליט"א וומס"ב פאר הונדערטער אידן. נאך מנחה קען מען כמעט נישט טרעפן קיין אהרוני פאר קיין רפואה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2004 17:05 לינק ישיר 

מורי ורבותי

עס איז נישט נארמאל וואס גייט פאר מיט די סאטמארע, מען רעדט דא וועגען דער סאטמאר רעבע איז געווארען 90 יאר אלט, ווערט דער נושא אינגאנצען פארדרייט אויף די פאליטיק.

איך ווינדער מיך אויב אין סאטמאר ביהמ"ד ווען מען הייבט רעדען וועגען סיי וועלכע זאך, ענדיגט זיך דער שמועס אין א וויכוח וועגען אהרן ז"ל?

סאטמאר סאטמאר, שלאגסט ענק געזונטעהייט, אבער עטץ קענסט דאך נישט רעדען ווי נארמאלע מענטשען!! וואס מען רעדט, ווערט פארדרייט צו די מחלוקת, קענטס עטץ ענק האלטען צו א טעמע? אדער זענט עטץ אזוי פארדרייט אז אלעס איז איין גרויסע טשאלענט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2004 17:04 לינק ישיר 

איך האב באטראכט יוסי בראך די וואך זונטאג ווען ער האט שפאצירט אויף דוויזשען עוו.

איך קען אזויפיל זאגן: ער פארגעסט יעדע מינוט אויף וועלכע פיס ער הינגט...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2004 16:49 לינק ישיר 

נגח
האק נישט אין קאפ אריין די זאליס האבען נישט קיין מורא פון די אהרונים זייט שמחת תורה ווען זיי האבען גיזעהן אז אין ראדני זענען זיי בעל הבית נישט די אהרונים ...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2004 16:41 לינק ישיר 

בראך איז נאך נישט אין ראדני זייט שמחת תורה, ווייל ער קען נישט וואקען, צוליב זיין פיס וואס די זאלי'ס האבן געמאכט שמ"ת, און די דיסטריקט אטורני נעמט קער דעראויף.

אבער עס דאווענען אין ראדני יעדע וואך א 150 אהרונים פון די מעכטיגע 300 אידן וואס דאווענען אין ראדני שבת, און פון דעם איז דא א 50-60 וואס זענען גרייט זיך מקרב צו זיין און טיילן ווען עס פעלט זיך אויס.

די זאלי'ס דערוואגען זיך נישט צו טשעפען אדער נאך שרייען אן אהרוני קיין איין וואך ווייל זיי ציטערן אין ראדני ווי א פיש, און ווען זיי האבן נאר אנגעהויבען האט מען זיי צוריק געגבען אז זיי זענען שטים געווארן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2004 05:17 לינק ישיר 

מען זעט אז נגחל האט שוין נישט אריינגעטרעטן אין ראדני זייט שמחת תורה.

איך זוך שוין בראך זייט דעמאלטס און כ'קען אים נישט געפינען פאר קיין רפואה נישט.

אזוי אויך די 50-60 אהרונים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2004 04:28 לינק ישיר 

איך האלט די עיקר חילוק צווישן היי יאר אין פאריאר איז אז ר' ליפא טייטלבוים שליט"א מיט ר' יהודה וויינשטאק שליט"א זענען נישט געקומען אין ביהמ"ד, ווען זיי קומען ווען געוואלט נישט געווען די ראיאטן, והא ראי' פאריאר זענען זיי געווען און סיז געווען שטיל...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2004 03:20 לינק ישיר 

דער קאשויער רב איז נישט געווען א רב פאר די קריג?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2004 01:03 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט?

ר' יוסף בראך דאווענט יעדע וואך אין ראדני אויבן אן לעבן רבי'ן, און אויך נאך 50-60 אהרונים טראבעל מעקערס, און כמעט יעדע וואך איז לעבעדיג אין ראדני, מען שלאגט זיך און מען שרייט, און די רבי קומט ווייטער דאווענען?

ווי אזוי לאזט מען דעם רבי'ן קומען דאווענען?

די רבי מוז בלייבן אין פלארידא?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2004 20:03 לינק ישיר 

פייערמאן! מורא'דיג!

ווען מען זעט די אשכולות פון פאראיאר, און מ'דערמאנט זיך וויאזוי עס האט אויסגעקוקט, קען מען נישט גענוג דאנקן דעם פון אויבן, וואס ס'האט זיך אזוי צוגעפירט אז דער רבי שליט"א איז בחסדי השי"ת ניצול געווארן היי-יאר שמיני עצרת פון די בעלי בחירה...

אויב מ'ליינט גוט זעט מען אז פאראיאר האבן אויך די אהרונים שטאלצירט מיט זייער שאהיד יוסי בראך פאר זיינע העלדישע שריט. און זיי יובל'ען אז באזונדער האט זיך אנגעזען אין די גרויסע שול אויף ראדני סטריט הרבני הנגיד רבי יאסי בראך שליט"א, וועלכער האט באשיינט דעם בית המדרש און געמאכט לעבעדיג. איינער פרעגט זיי אפילו אין יענעם אשכול מיט ווייטאג: "וואס מאכט דיך אזוי שטאלץ מיט רבם דקרו? ביסט אזוי שטאלץ מיט דעם פאקט אז מען האט פרובירט צו פארשטערן די הקפות ביי א רבן של ישראל? יוסי בראך איז דער פראכט פון ענקער קהלה?"

דער חילוק נאר פון פאריגעס יאר ביז היי-יאר, אז פאריאר האבן זיי שטאלצירט מוצאי יום טוב אז מען האט באוויזן צו מאכן א חורבן, יוסי בראך און חורינער האבן געטאנצט אין בית המדרש. דאס איז געווען דער באריכט פונעם יו"ט, היי-יאר, ברוך השם, איז דער באריכט געווען פונקט פארקערט. נאך יום טוב האט די גאנצע וועלט געהערט ווי יוסי בראך איז געפלויגן און חורינער האבן נישט געהאט קיין דריסת הרגל נאר געמוזט טאנצן אין פארק אויף די גאס. חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!

לאמיר נאר האפן אז חורינער זאל זיך בארעכענען נישט אריינצוקומען קיין וויליאמסבורג צו די הקפות תשס"ו בעזהשי"ת, כדי דער רבי שליט"א זאל נישט דארפן נאכאמאל אויסשטיין פון די בעלי בחירה די זעלבע צרות ווי אין תשס"ד און נישט קענען פראווען די הקפות אין בית המדרש.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2004 19:37 לינק ישיר 

פייערמאן, איך האב דורכגעקוקט ביידע אשכולות וואס די ברענגסט אראפ, ביידע שרייבן אז די הקפות פאריאר איז זייער שיין געווען, חוץ וואס די זלונים האבן געמאכט מהומות.

פארשטיי איך נישט, צו ווייל רז"ל קען נישט קאטראלירן זיין עולם וואס ווערט ווילד ווען זיי זעהן אז ר"א מענטשן פילן אן דעם ביהמ"ד, פארשפארט מען דעם רבי'ן אין די שענסטע יו"ט פון יאר?

זאג דיינע פאר מענטשן וואס קומען יא געצווינגערהייט, אז זיי זאלן נישט קומען, גיי פראווע די הקפות אין סיגעט אזוי ווי אלע יארן, ושלום על ישראל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2004 07:13 לינק ישיר 

ראדני האט פארגעשלאגן מען זאל אויפזוכן פון חדשות ניו יארק וועגן הקפות תשס"ד.

דא האט איר עטליכע לינקס.

פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות ניו יארק NY NEWS > שיינער יום טוב אין סאטמאר
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topicarc.asp?topic_id=649379

פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות ניו יארק NY NEWS > אהרן ט"ב באשריגן געווארן צווייטע נאכט !
http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topicarc.asp?topic_id=649413

תוקן על ידי - kjfireman - 09/11/2004 7:17:11



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/11/2004 06:12 לינק ישיר 

ראדני: וויפל עס איז יא געווען, איז נאך אלץ די אמאליגען סאטמערן רבי וואס זיצט היינט ליידער תפיסה,
די אלע 4 יאר אריינגעקומען און פלוצלינג פון די משומרי התפיסה אזא רשעותדיגע מעלדונג אז די איינמאל א יאר וואס מען לאזט אים שוין יא ארויס פון תפיסה האט מען דאס יאר נישט ארויסגעלאזט, ווי איז די מענטשליכקייט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/11/2004 05:32 לינק ישיר 

ווער האט א לינק צו חדשות נו יארק פאראיאר שמחת תורה ווען כלאמפעריש איז אלעס געווען פיין?

נוטראל איז לכאורה פון די חלק סאטמאר וואס איז ליידער דער רוב וואס גייען אין ערגעץ נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > מז"ט פאר סאטמארער רבין'ס ווערן 90
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext