ס'איז דא חסידים וואס רופן זייער מנהיג "רבי" און ס'איז דא וואס רופן זייער מנהיג "רב".
וואס איז די חילוק צווישן די צוויי אויב די מנהיג זייער איז א רבי פון חסידות פארוואס רופט מען עם רב, וכן להיפך.
נשלח ב-12/11/2004 00:37
יעצט האב איך גערעדט מיט מיין טאטע האט ער מיר געזאגט אז די גערער רבי'ס זענען טאקע נישט געווען רבנים.
נאך א זאך די רבנים, פלעגן גיין קאלפיק'ס די רבי'ס וואס זענען נישט געווען קיין רבנים זענען נישט געגאנגען קאלפיקס.
ניין א קאלפיק איז א רבנישע זאך נישט רביש.
נשלח ב-11/11/2004 23:18
You for got Tzelem, he used to be known as Tzelemer Rav, now they insist that he be called Tzelemer Rebbe Z"TL
נשלח ב-11/11/2004 14:27
זעהט זיך אויס אז אין גער צו זיין א רבי פון טויזנטער חסידים איז א גרעסערע כבוד ווי זיין א רב אין קליינטשיג שטעטל.
נשלח ב-11/11/2004 03:43
דאס איז די גאנצע רשימה?
אין בארא פארק אליין איז דא מער ווי הונדערט און אכט רבי'ס
נשלח ב-11/11/2004 02:55
פאפא רב זיכרונו לברכה היינט פאפא רבי
דעם רבין זיכרונו לברכה רבינו יואל האט מען גערופן אין די וועלט סאקמער רב זיכרונו לברכה
גאלאנטער רב
סאמבורער רב
ערלויער רב
טאקאיער רב
אין גאליציע און אין פולין זענען די רבי'ס געווען רבנים פון די שטאט, אזוי ווי די ראפשיצער רב, צאנז, שיניאווא, וכו' און פולין אויך ווי גער, ראדאמסק.
באבוב רב ז"ל איז געווען רב אין באבוב, די היינטיגער באבוב'ער איז אויפגענומען געווארן אפיציעל אלס רב, א רב איז א חשוב'ע זאך ווי א רבי, ממילא רופט מען מיטן שענערן טיטול.
למעשה אין די אנדערע פלעצער זענען די רעבעס נישט געווען קיין רבנים (איך גיי נישט אריין ווי גרויסע ת"ח זיי זענען געווען) ממילא זענען זיי נאר געבליבן רעבעס.
פארוואס רב איז חשוב'ע פון רבי איז זייער פשוט, ודי למבין.
נשלח ב-11/11/2004 00:08
באבוב איז געווען רב אויך.
קלויזענבערג איז אין אונגארן, אבער איך מיין אז אלע צאנזע אייניקלך האט מען גערופן רב.
אידן פון די שטאדט סאטמאר האבן גערופן דעם רבי'ן רב, אויך די רעבעצין ע"ה האט אים גערופן אזוי.
קענען איינע פון די באבובער באשטעטיגען צו דער רב איז אויך געוועהן רב פון שטאט, אדער נאר רבי.
בדרך אגב, איז דא אויך דער גארליצער רב זצ"ל ראפשיצער רב, וכו' וואס זיי זענען טאקע אויך פון גאליציע.
אבער ווי קומט צו א סעלישער פון אונגארען, זיך אויסצוקענען אין גאליציאנע רבנים???
ווער ווייסט וואו קלויזענבורג איז?? (מע'האט איהם איך גערופן רב)
נשלח ב-10/11/2004 23:45
בעלז רופט רב -- גאליציע
באבאב רופט רב-- גאליצעי
נשלח ב-10/11/2004 23:35
די גערער זענען פוילישע, אין זיי רופן רבי.
איך מיין אז די וואס מערופט זיי רב, זענען געוועהן רב אין שטאט אין אויך רבי, די וואס מערופט זיי רבי זענען נישט געוועהן רב, נאר א רבי, (למשל דער רבי פון לובלין, דער רב אין שטאט איז געוועהן דער אייזענער קאפ).
רעדענדיג מיט JEWBOY זאגט ער מיר אז ס'איז דא געוויסע גרויסע ראש ישיבה'ס וואס דער גאנצע וועלט רופט זיי ראש ישיבה, ווי למשל הרב שטיינימאן שליט"א, הרב קאפעלמאן לשיט"א (פון שווייץ).
נשלח ב-10/11/2004 23:30
בעקרון די רבי'ס וואס זענען אויך געווען רבנים רופט מען רב, אין די וואס זענען נאר געווען גוטע אידען רופט מען רבי.