בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

שידוכים און שדכנות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/11/2004 12:22 לינק ישיר 
שידוכים און שדכנות



1] פארוואס דארף מען צאלן שדכונת געלט?

2] וואס געשעהט אויב מ'צאלט נישט?

3] אויב דער שדכן זאגט דארפסט מיר נישט באצאלן, מיינט ער עס ערענסט?

4] וואס טוט מען אויב דער שדכן זאגט דארפסט מיר נישט באצאלן, און נאכדעם בארעכנט ער זיך ער וויל יא עפעס א כלשהיא?

5] ווען איינער טוט א שידוך פארן חבר און ער בעט שדכונות געלט האט ער געמיינט טאקע דעם חבר אדער האט ער געמיינט זיין געלט?

6] פארוואס איז דא זייער ווייניג שדכנים אין די מארקעט היינטיגע צייטן?

7] פארוואס איז דא שדכנים וואס בעטן 2000$ פאר זייער ארבעט?

======

א1] פארוואס א בחור וואס ארבעט הייסט א סוג ב'?

א2] וואס איז בעסער? א בחור וואס ארבעט אדער א בחור וואס זיצט אין ישיבה און קאלעצט ארום?

א3] א בחור וואס ארבעט און האט א שיעור ערב ובוקר, אדער א שיעור איינמאל א טאג?

א4] פארוואס ביי די חסידישע טרעפט מען זיך נאר איין - צוויי מאל און מ'ווערט גלייך א חתן?

א5] פארוואס איז דא פלעצער ווי דער טאטע קאלט אן אין ישיבה יענקל קום א היים די ווערסט היינט נאכט א חתן?

א6] וואס קענט איר פאר ציילן פון אייגענע עקספיריענס?

איך האב אסאך צו שרייבן איבער די נושא, באט איך וויל קודם הערן אייערע מיינונגען.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/11/2004 14:10 לינק ישיר 

מע דערציילט אז אמאל האט א חסידישע יוד געמוסערט א בן תורה פארוואס ער טרעפט זיך אזוי פיל מאל, חז"ל זאגען עד שיראנה, און מער נישט. ענטפערט עם דער בן תורה, וואס פארשטייט איר צו א קוק פון חז"ל.....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/11/2004 23:49 לינק ישיר 

אויף די חלק פון דער שדכן איז מיר שווער צו זאגען א מיינונג.

א1] פארוואס א בחור וואס ארבעט הייסט א סוג ב'?
אויף א בחור וואס לערנט איז נישט קיין שאלה פארוואס ער איז חשוב'ר פשוט ווייל ער איז מער אויסגעאיידלט.
לגבי בחורים וואס זענען אין ישיבה און זענען נישט די גרעסטע מתמידים קען מען אויך פארשטיין. דער מציאות איז אז אין די ארבעט פלעצער איז דא מער נסיונות ווי אין ישיבה דעריבער א בחור וואס ארבעט קען גרינגער צוקומען צו באמת זיין סוג ב'...
אבער דער וואס דרייט זיך ליידיג און ארבעט נישט איז סוג ג- אדער נאך ווייניגער (איך רעד לגבי די רעטינג פון די שדכנים)

א2] וואס איז בעסער? א בחור וואס ארבעט אדער א בחור וואס זיצט אין ישיבה און קאלעצט ארום?
ראה לעיל

א3] א בחור וואס ארבעט און האט א שיעור ערב ובוקר, אדער א שיעור איינמאל א טאג?
א בחור וואס לערנט איז סוג א'. א בחור וואס דרייט זיך אין ישיבה און נאר אין ישיבה איז סוג א-, און א בחור וואס ארבעט איז געווענליך סוג ב' פארשטייט זיך אז איינער וואס לערנט בקביעות און ער איז א מענטש קען ער איינפאקען אפילו דער וואס לערנט אין ישיבה.
למעשה אין גאס איז דא מער מיידלעך פון סוג א- און סוג ב' ווי סוג א. (קוק ווי שנעל די מענער האבען מסכים געווען צו פארברענען די שייטלעך און די פרויען האבען געקלאגט...)

א4] פארוואס ביי די חסידישע טרעפט מען זיך נאר איין - צוויי מאל און מ'ווערט גלייך א חתן?
ווייל מ'האט חתונה ווען מ'ווייסט נאך נישט פונקטלעך וואס מ'וויל און מ'פארלאזט זיך אויף די עלטערען אז זיי זוכען די בעסטע פאר זייער קינד. און חוץ פון דעם, געווענליך איז מען זיך משדך מיטן זעלבען קרייז וואס די מענטאלעטי איז מער ווייניגער די זעלבע און ס'איז נישטא וואס צו מברר זיין נאך די צווייטע מאל.

א5] פארוואס איז דא פלעצער ווי דער טאטע קאלט אן אין ישיבה יענקל קום א היים די ווערסט היינט נאכט א חתן?
א ברכה אויף די סארט עלטערען, שפארען איין אומזיסטע דאגות פון דעם בחור אין ישיבה (פארשטייט זיך ווי לאנג מ'איז נאך יונג)

א6] וואס קענט איר פאר ציילן פון אייגענע עקספיריענס?

מ'טאר זיך נישט אינגאנצען פארלאזען אויף די עלטערען מ'דארף נוצען אויך די אייגענע שכל, מ'דארף אויס פרעגען וואס פארא אינפארמעישען מ'האט באקומען, האט די מדוברת א גוטע קאפ, האט זי מידות טובות, ווי קראנט זענען די אינפארמעישען. וואס האט משכנע געווען די עלטערען צו טוהן דעם שידוך. צו ס'איז דא געלד, און אויב דאס האט אויך א חלק צום הסכמה פון'ם שידוך, וכו'.

ביי די פלעצער וואס געווענליך נאך וואס מ'טרעפט זיך ווערט די שידוך געשלאסען, דארף מען בעטען צו זען די מדוברת פון פאראויס (אדער אויף א בילד אדער זאל זי ערגעץ גיין וואס מ'קען איר פון דארט באטראכטען) ווייל נישט וואס איז זיס אין די מאמעס אויגען איז אויך געפעלבאר אין די אויגען פון דעם בחור.

מ'וועט א וודאי פרעגען ווי לאנג גייט מען לערנען נאכען חתונה, עס איז די בעסטע צו ענפערען ווי לאנג איך וועל קענען. (פארשטייט זיך אז די כלה וויל קענען פארציילען פאר די חברטעס אז מיין חתן גייט לערנען 10 יאר, פארפאלען מ'קען נישט וויסען פון פאראויס וואס עס גייט זיין).

עס איז ראוי אז די מחותנים זאלען דארעך רעדען צווישען זיך וועגען פארען לערנען אין ארץ ישראל למשל אדער וועגען אנדערע תנאים איינצעלהייטען און נישט דער חתן (מ'מעג אים מיטטיילען אלע פרטים און אפילו פרעגען זיין הסכמה) כדי אז טאמער די חתן וועט נישט קענען שטיין דערביי זאל מען נישט קענען האבען טענות אויף אים.

די קריגערייען פון די מחותנים איז קאנטעידזעס דעריבער איז כדאי אז די חתן/כלה זאלען שטיין זייער ווייט דערפון...

ג'ובוי איך האף אז עס וועט דיר העלפען בשעה טובה ומוצלחת

תוקן על ידי - כורמיזא - 14/11/2004 23:57:29



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2004 07:39 לינק ישיר 

די אלע דיינע שאלות טכניות פרעג די שדכנים אליין נאר איך ויל דיר שרייבין אויף די שאלה הלכתית אויב ער האט זיך בערעכינט אז ער ויל יא געלט דאס איז א נ"מ אויב ער האט זיך בערעכינט פאר דער שידוך האט זיך גענדיגט אדער נישט רבי עקיבא איגר בריינגט אלא פוסקים אין שו"ע חו"מ סי' קפ"ה סעיף י' אז פארין ענדיגין קען ער חרטה האבין
און דאס וואס דו פרעגסט פאר וואס נעמט דער שדכן געלט מבחינה טכנית איז ווייל מי גיט אהם אזוי וי די וועלט זאגט פאר וואס באגראבט מען א בר מינן וייל ער לאזט זיך אבער על פי הלכה נעמט ער וייל ער איז אזוי וי איינער גייט אריין אין יענמעס פעלד און בארבייט דאס און דאס איז א שדה הראויה ליטע ולבנות איז מען חייב כיורד שלא ברשות אדער ברשות סי ווענט זיך צו מי האט עם געשיקט אדער נישט און דא איז נישם דער פלאץ צו שרייבין בארוכה וועגין דעם און ביי ערב שאלות ותובות נאר צעטיל קטן וועסטו דאס פפרעגין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/11/2004 13:37 לינק ישיר 

כך כ' דזובוי "איך האב אסאך צו שרייבן איבער די נושא, באט איך וויל קודם הערן אייערע מיינונגען."
מחכים בכליון עינים לרעיונותיך הגטונים כדרכך בקודש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > שידוכים און שדכנות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext