היינט ב"ה איז דא א שפע פון סידורים מסידורים שונים.
בעיקר וואס איך וויל זען איז, וועלכע סידור איז די שענסטע אין אייער אויגן און ווען איר קומט אריין אין א ביהמ"ד וואס האט אן אויסוואל פון סידורים, וועלכע סידור וואלט איר גענומען.
איך רעד נישט פון קיין סידורים וואס די סיבה פארוואס איר דאווענט דערין איז די באזונדערע תוכן, נאר אויסדריקלעך די שיינקייט אדער געוואונהייט, בקיצור איר נעמט דעם סידור ווייל דאס איז שיין אין קלאר און די בעסטע ליינבאר אין אייער אויגען און פארשטייט זיך מ'קען די בעסטע מכוון זיין.
אט איז א ליסטע פון עטליכע מוציאים לאור און מאדעלען:
1) אשכול/מקור הברכה
2) וויינפלד/יסוד מלכות
3) וואגשאל-כפתור ופרח/תפילת יוסף
4) מיללער/בית תפילה
5) תפילת יעקב משולם
6) תהלת אברהם יצחק
7) תפילת כל פה
8) שמחה ואורה
9) באבאווע סידור (בארנפרוינד)
10) סידור החיד"א
11) עמדין בית יעקב
12) של"ה (נייע/אלטע)
13) עטרת
14) בעלזא
15) ארטסקראול
16) אחר... וועלכע
מקור הברכה (איין פראבלעם עס האט כמעט נישט קיין גליון)
נשלח ב-16/11/2004 01:06
די ביאלער כתב אשוריות ניץ איך, זאיס מוראדיג שיין, מיט הערליכע פירושים
נשלח ב-16/11/2004 01:02
תפילת יעקב משולם.
הגם וואס די גליונות זענען צו קליין.
תוקן על ידי - עפשטיין - 16/11/2004 1:22:51
נשלח ב-16/11/2004 00:51
איך ניץ די דמשק אליעזר סידור פשוט ווייל איך בין שוין צוגעוואוינט פון אלס קינד
נשלח ב-15/11/2004 20:00
כ'האב אויך זייער געגליכן אלץ קינד די תיקון מאיר
(די קינדער פלעגן ליעב האבן אז ס'איז אנגעצייכענט ביי יעדן שטיקל "חזן" ווי דער חזן לאזט אויס...)
אבער אויב איך האב נישט קיין טעות איז די תיקון מאיר געווארן געדרוקט דורך היברו פאבלישינג וואס זענען נישט געוען קיין שומרי שבת
דאס איז דאן געווען די ראצפערטער'ס קעמפעין צו דרוקן זיינע סידורים די קרבן אשר
וואס איז געווען דערנאך די מערסע פארשפרייט אין די תלמוד תורות
אויך איז געווען אין יענע צייט
תפלת אברהם - תפלת יצחק - תפלת יעקב פון עטרת
ציגלעהיים'ס סידור (די קליינע וואס מ'האט געטיילט אויך שמחות)
תפלה ישרה
פון די מער לעצטיגע וואס מ'האט נאכנישט דערמאנט
שער אפרים סידור פון אהרן בלום א שיינער פאפולער סידור
ברכה ותהלה פון תולדות אהרן א שיינער קלארער נייער דרוק מיט'ן שילוב הוי' פאר די וואס זיכן דאס
דער ביאלער כתב אשורית סידור - זייער שיין און איז ארינגעקומען אנשטאט די אלעט פאפולער כתב אשורית וואס איז געוען ממש כתב יד געשריבן פון ר' אנשיל ברוין פון
תולדות אהרן ירושלים.