| נשלח ב-18/11/2004 20:05 |
|
| |
צום סיום פון 11'טער מחזור "דף היומי"
באריכטן אד"ג צום בעפארשטייענדן סיום פון 11'טער מחזור דף היומי.
ווער לערנט "דף היומי"?
ווער וואלט געוואלט לערן "דף היומי?
ווער האלט אז מען טאר נישט לערנען "דף היומי"?
ווער האט א מימרא פון גדול בענין "דך היומי"?
טראץ וואס "איך בין איין סאטמארער" בין איך אבער דאך איבערצייגט אז "דף היומי" האט געברענגט א רעוועלאציע אין עולם הקביעת עתים לתורה, און טויזענטער פשוט'ע אידן, ארבייטער, און פראפעסיענאלן דאקטוירים-לאיערס א.ד.ג. לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא א דאנק די "דף היומי" אונטערנעמונג.
גאר א גרויסע וואוקס צום לערנען דעם דף איז צועקומען מיט די ערשיינונג פון די ארטסקראל גמרות, וואס ערמעגליכט פאר יעדן וואס האט נישט אדער האט נשט געקענט לענרען א בלאט גמרא, ספעציעל די אלע וואס האבן נישט געלערנן אין ישיבות אין זייער יוגענט אז זיי זאלן זיך אויך ערלויבן צו לערנען דעם דף, און שוערע טויזענטער לערנען היינט [דעם דף] אין דעם זכות.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2005 20:18 |
|
| |
באטשי:
נבוכדנאצר איך וועל דיר זאגן דעם סוד איך איך האב אמאהל נישט געהאלטן בכלל םון הרב קוק ז"ל נאר נאכדעהם ווי איך ליין אפ דיין מענה לשון. ווי דו גלייכסט איהם צו צום דף היומי. בין איך געווארן זיין חסיד.
איך האב אים פארגליכן צום דף היומי? איך האב געשריבן אז פונקט ווי די גדולים האבן פארציכטעט אויף "מצות" ישוב ארץ ישראל ווייל דאס האט אריינגעשלעפט צו צינות האבן גדולי ישראל פארציכטעט אויף "מצות דף היומי" ווייל עס שלעפט אריין צו אגודה ווייל מען האט עס פראקלאמירט ביי די צווייטע כנסיה, איך האב בכלל נישט פארגליכן קוק צום דף
איך דארף נאר קודם מברר זיין צו דו ביזט איבערהויפט א נארמאלער מענטש און מען קען זיך אויף דיר פארלאזן.
נו נו...
אין אזוי ווי איך קען דיך נישט, גיי איך אנאליזירן דיינע תגובות.
די ערשטע זאך זעה איך אז דו האסט אסאך צייט
פאר דיין אינפארמאציע, איך האלט אינמיטן שרייבן א היסטארישע כראנאלאגיע איבער ציונות און אלע פרומע רע-בנים, די זאכן וואס איך האב דא געשריבן זענען ציטאטן פון דארט
די צווייטע זאך אז דו דרייסט זיך אין מאנהעטן אויף נישט קיין כשרע פלעצער.
א געוואלדיגע טענה און א "הוכחה"! חילך לאורייתא!
והשלישית אז דו געדענקסט נישט פון איין מינוט צו די אנדערע. אז דף היומי מיט הרב קוק זענען היינו הך, ואין טוענין למסית. וויאזוי ווייטער זאגסטו איבער די טיטלען םון דעם זויבערמאן? וואס ער איז מקושר צו דעם טריפענעם אגודיסטישן דף היומי ר"ל ולא די, ער האט אויסגעלאזט 60 בלאט פון נדה כדי צו קענען אנהייבן מיט אלע אידען דעם דף.
יא יא, איך זעה דיין גרויסן כח ההבנה ברוך השם, נאך צעהן אזעלכע און כלל ישראל דארף מער גארנישט, דאס איז אלעס אויב דיין פשט'ל איז ריכטיג, זא דף היומי מיט קוק זענען היינו, אבער טאמער איז דער פשט'ל נישט ריכטיג, און דף היומי מיט קוק זענען נישט היינו הך, איז דאך נעבעך דיין גאנצע שווערע הארעוואניע בטל ומבוטל!
און בכלל, דער אויסדרוק טריפענעם אגודיסטישן דף היומי ר"ל האט קיין שום סאטמערער נישט גענוצט, עס איז פונקט ווי דו שרייבסט טריפענעם אגודיסטישן כותל ר"ל סאטמאר לאזט נישט גיין צוליב פארשידענע טעמים, וואס זענען מפורש אין על הגאולה סימניפ פח והלאה, אבער דאס מיינט נישט אז עס איז געווארן טריפה, קענסט עס איבערזאגן טויזנט מאל, הגם אפילו עס זאל יא זיין אמת איז נישטא קיין שמץ מינות אדער זלזול אין א מצוה, סך הכל אין א פראפאגאנדע ארטיקל פון די אגודאים און די ציונים, און דאס באדערט ענק עד דכדוכה של נפש נעבעך!
יוואאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאאלד
האב אגוטן שבת. גיי מאך א טועמיה וועסטו די בארואיגן.
מיין ליבער איד, מיר ברענט אידישקייט, אויב דו האסט נישט קיין פראבלעם, בין איך דיר מקנא, איך בין נעבעך געבוירן אזא סארט מענטש אז עס שטערט מיר כבוד שמים, ציונות איז דער גרעסטער חילול השם און גזירת שמד זייט בריאת העולם, אויב דו האסט נישט קיין פראבלעם דערמיט איז דאך זייער גוט, איך האב געגעסן טויזנט מאל טועמיה און דער באשעפער האט זיך נישט געטוישט, יש לנו אב זקן ווי דער הייליגער חתם סופר זאגט, אלע שטותים און הבלים לא יזוזו קוץ אחד מן התורה!
...טויזנט מאהל ערגער פון היטלער...
פארוואס נישט צעהן טויזנט?
אויב גדול המחטיאו יותר מן ההורגו איז דיר נישט גענוג, איז נישטא וואס צו רעדן קענסט זיין רואיג אז איך האב נישט וואס צו טענה'ן מיט דיר
--------------
און כדי להוציא מלבן פון די ליינער וועלכע וועלן אפשר פאשרטיין אז איך האב געמאכט א גזירה שוה פון קוק מיט דף היומי, כאטש איך פארשטיי נישט וואו איך האב אזוינס געשריבן, וועל איך שרייבן קורצע פונקטן:
1. דאס רבנות הראשות האט געהאט אסאך רשעים, קעגן קיינעם איז מען נישט ארויס אזוי שארף ווי קעגן קוק,
2. ער האט געשריבן זאכן אויף וועלכע מען קען נוצן דעם לשון פון חז"ל "דברים שהם מטין לצד מינות", ממילא איז נישט מאסגעבנד פון די התנהגות פרטית פון געוויסע גדולי ישראל צו איהם, ווייל למשל קעגן דעם רשע בן גוריון האט עדר חזון איש קיינמאל נישט אונטערגעשריבן און ער האט אים נאך אויפגענומען אינדערהיים, ווועט איינעם עולה זיין על הדעת אז ער האט געהאלטן פון אים? ואין קץ לדברי רוח
3. די אלע וואס שטייען אינדרויסן פון די אגודה, אויב לערנען זיי דף היומי ווערן זין אויטאמאטיש א טייל פון די צענדליגער טויזנטער אידן וועלכע לערנען עס און האבן נישט קיין םראבלעם מיט די אגודה ווייל יענע גדולים זענען געווען אין די אגודה, אבער די ועלכע עס זענען נישט אין די אגודה וועט דער דף אריינשלעפן אין די אגודה, מיינט נישט אז דער דף איז נישט קיין גוטער לימוד, אבער עס איז א בריקל צו די אגודה, און ליידער איז די אגודה א בריקל צו ציונות
4. קוק מיט דף היומי האבן נישט קיין פארבינדונג, קוק איז געווען א מזרחי'סט, און ר' מאיר שפירא זצ"ל פון די אגודה, ומה לתבן את הבר?
דאס איז בלויז מען זאל נישט פארשטיין פון מיינע ווערטער אנדערש ווי מיין כוונה און נישט ווייל באטשי האט גערעדט אפילו איין ווארט צו דער זאך
אמר החכם: הרוצה למצוא חן העיני הכסילים, ירגע חינו בעיני החכמים
ודי למבין
אבער אמאל איז נישטא קיין ברירה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2005 11:07 |
|
| |
פערזענליך אויף דיין 6 שאלות:
1) ס'קומט נישט פון קוק ער האט דאס קיינמאל נישט געזאגט, ס'קומט פון די יונגע ציונים (השומר הצעיר).
2)ער האט נישט אזוי געזאגט, ער האט געזאגט אויף דעם "כי מציון תצא תורה", און לדעתי איז דאס נאך ערגער, ווייל לויט ווי דו שרייבסט איז ער אווילדער משוגענער, אבער לויט ווי ער האט טאקע געזאגט איז דאס עקירת הצתורה, ווייל די אוניברסיטע איז דער גרויסע מכשיר פון עקירת הדת, און אויף דעם זאגט ער "תורה"? (אפשר, אלס לימוד זכות, האט ער געמיינט צו זאגן אז דורך די אוניברסיטע וועט ארויס גיין די תורה.............)
3) 4) איז די זעלבע זאך, ס'איז נישט ארכיטיגע ציטאט אבער דאס איז געווען די אויספיר פון זיינע ווערטער, און אויף דעם האט דער חזו"א געזאגט אהבה מקלקלת השורה.
5) דאס איז אינגאנצן ריכטיג, אבער דאס איז נישט אפיקורסות, און ער איז נישט געווען דער איינציגער. אגב ער האט נישט מתיר געווען פאר אידן ארבעטען דורך די "היתר" מכירה נאר פאר גוים, זיינע ממשיכי דרכו האבן מרחיב געווען דאס היתר כתלמיד המחכים את רבותיו.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2005 10:39 |
|
| |
נ"נ!
דו ביסט אזוי גערעכט און דעם אז הר' קוק האט געזאגט און געשריבן זאכן וואס זענען אפיקורסות, אבער האסט נאכנישט גיענטפערט אויף די פשוטע שאלה: פארוואס האט איהם הגה"ק רבי יוסף חיים זאנענפעלד מכבד געווען, ער האט איהם דאך גוט געקענט? פארוואס האט דער בריסקער רב אזוי גרויס געשריבן אויף איהם? פארוואס דער הייליגער חזו"א איז געשטאנען לכבודו און געשריבן צו איהם ווי צו גדול הדור? זיי האבן נישט געוויסט פון דאס אלעס? דו ביסט קליגער פון זיי? זיי זענען געווען קלענערע קנאים פון דיך?
אלא מאי. מיט דעם אלעס, מיט די שרעקליכע כפירה פון זאגן אויף די אוניברסיטה "כי מציון תצא תורה"(!), מיט די שרעקליכע מרידה מיט שטיצן מחללי שב"ק און מורדי במלכות שמים, דער מענטש אליין איז נאכנישט געווארן אזוי ווי הערצל ימש"ו, ס'איז אגרויסע חילוק אויב דער מענטש מאכט דאס מיט א'כונה מורד זיין במלכות שמים צו ער מאכט דאס פון פאלשע תמימות.
ס'איז באוויסט אז דער חזו"א זצ"ל האט געזאגט אויף איהם אז אהבה מקלקלת את השורה, ווייל זיינע פעולות זענען אנגעקומען פון ריכטיגן אהבת ישראל וואס האט איהם פארדרייט זיין קאפ.
דאס אלעס כשרט נישט דער מענטש, ער בלייבט ביי אונז שלומי אמוני ישראל מוקצה מחמת איסור ומיאוס, אבער דאס מאכט דער אונטערשיד צוישן איהם מיט אנדערע רשעים.
אגב, לויט וויפל מקורות וואס דו קענסט ברענגען ציטאטעס פון גדולי ישראל אנקעגן איהם, קענען אנדערע ברענגען צען מאל מערער ציטאטעס פון גדולי ישראל וואס האבן מוראדיג געהלטן פון איהם, איך וויל עס נישט ברענגען, ווייל ווי געזאגט, ביי אונז וועט ער בלייבן מחוץ למחנה וואס וועט נאר נישט זיין.
אגב, ס'איז א'פלא'דיגע זאך אז אין קיין מקום תורה נוצט מען נישט זיינע ספרים בנגלה, וואס עפ"י השמועה איז מיט גרויס גאונות, דאס איז זיכער ווייל גאנץ עולם התורה האלט אז ער איז פון די וואס איז געזאגט געווארן אויף זיי "ואם לאו אל יבקשו".
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/3/2005 20:17 |
|
| |
עס איז דא מכתב קודש פין רבינו הקדוש מסאטמער איו מכתבים דברי יואל נישט ארינצוגיין אין שכטער סעמינאר
איך ווייס נישט צו עס די לייבערי אינקלאדעד
עס איז דאן געווען די פרשה פין נישואין על תנאי וואס איז ארויס פין זיי אין עס איז געווען כל הגולה כמדורת אש להבדלילם ולהרחיקם
חיים שנעלבאג האט מיר אמאל געזאגט אז ער האט אמאל געפערגט דעם רבין וועגן דעם צו אלץ פרנסה אויס מעג ער אריינגיין דארטען אין רבי האט עם מתיר געווען נאר אין די לייבערי
צו ער איז געווען באגלייבט צו נישט איז א עקסטערע פראגע
וואס איך וועל נישט אין דעם אריין גיין
תוקן על ידי - ekstein - 11/03/2005 20:24:16
|
|
|
|
| נשלח ב-10/3/2005 17:34 |
|
| |
היות ווי איך זעה אז קיינער פון די אויבער חכמים האבן נישט געענטפערט אויף מיינע זעקס שאלות, וועל איך ענטפערן אויף זיי:
1. ווייל ער איז געווען אן אפיקורוס.
2. ווייל ער איז געווען אן אפיקורוס.
3. ווייל ער איז געווען אן אפיקורוס.
4. ווייל ער איז געווען אן אפיקורוס.
5. ווייל ער איז געווען אן אפיקורוס.
6. ווייל ער איז געווען אן אפיקורוס.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/3/2005 17:32 |
|
| |
קודם כל האב איך נישט געשריבן אז איך האב געזעהן דעם בוך אין שעכטער'ס סעמינאר, נאר דעם קונטרס קול גדול, אויך נישט אין סעמינאר נאר אין די לייברערי וואס זיי האבן
צווייטנס, אפשר ביסטו טאקע גערעכט און איך האב נישט געטראכט בשעת מעשה אז מען מעג אפשר נישט אריינגיין, אבער איידער דו רעדסט, ברענג פרטים אויף דעם "איסור" צו וועלכן דו באציהסט זיך, צי איז דא אן איסור אריינצוגיין אין א לייברערי פון א קאנסערוואטיווע מוסד (נישט טעמפל)? און אויב איז דא אן איסור, ברענג ביטע כאטש איין בריף, און נאכדעם וועלן מיר זעהן ווייטער.
לויט ווי איך ווייס גייען דארט אסאך היימישע אידן, און אידן שומרי תורה ומצוות זענען דארט איינגעשטעלט, כיום הזה, אבער עס קען זיין אז מען טאר טאקע נישט גיין, אדרבה לאמיר הערן דיין מיינונג אן דיינע ידיעות וואס וד ווייסט בנוגע דעם שעכטער'ס סעמינאר אין ניו יארק.
תוקן על ידי - נבוכדנאצר - 10/03/2005 17:39:44
|
|
|
|
| נשלח ב-10/3/2005 01:39 |
|
| |
נבוכרנצר
די שרייבסט אז די האסט געזען דעם בוך אין שעכטער'ס סעמינאר.
פון ווי נעמסטו א היתר אריינצוגיין אין שעכטער'ס סעמינאר? א געאסרטע קאסערוואטיווע {ניאולאגישער} מוסד?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2005 20:13 |
|
| |
יעצט וועל איך שטעלן עטליכע שאלות, און ווער עס איז פרא-קוק זאל ענטפערן צו דער זאך.
1. שמע ישראל הכותל כתלנו הכותל אחד
2. האונברסיטה העברית בית המקדש השלישי
3. פוטבאל מעלה את השכינה כמזמורי תהלים
4. תלמיד חכם וצדיק מי שאין לו רגש לאומי פחות במעלה מחילוני מחלל שבת שיש לו רגש לאומי
5. הערצל שר"י משיח בן יוסף
6. מכירת ארץ ישראל לגוי כדי להתיר שביעית
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2005 19:45 |
|
| |
און צום לעצט, דער שמע ישראל הכותל כתלנו הכותל אחד, איז אויך געווען CARRIED AWAY? יא, ער איז געווארן אוועקגעפיהרט פון אויבערשטן, הסיע עצמו מן המקום, נאר וואס דען דו האסט א פראלבעם מיט די סאטמערע וואס זענען לוחם קעגן ציונות אונטער סיי וועלכן שלייער, צי איז דאס אגודה, דף היומי אדער קוק! עס וועט דיר גארנישט העלפן! ווארט נאר צו, איך ברענג יעצט א ביכל פון א דאקטאר אין בר אילן, וועלן מיר הערן וואס דו האסט צו זאגן!
|
|
|
|
| נשלח ב-9/3/2005 19:34 |
|
| |
קוק איז טויזנט מאל ערגער פון היטלער, היטלער איז א גוי, קוק איז א איד א מסית ומדיח, די גמרא מאכט דעם חילוק נישט איך, שבת קטז ע"א, הללו מכירין וכופרין הללו אין מכירין וכופרין, און וואס איז מיט גדול המחטיאו יותר מן ההורגו? פון היטלער האבן אידן זיך אויסגעהיילט, טויזנטער אידן דאווענען און לערנען, אבער פון קוק ליידן מיר נאך ביז היינט, די מינות וואס ער האט באשאפן איז קאי וקיימא ביז היינט! די שוטים די מתנחלים מיינען נעבעך אז דאס איז אידישקייט, דאס איז מינות וכפירה פון דעם אבי אבות הטומאה קוק!
ווער עס קען ר' משה זויבערמאן פון באבוב, ער רופט אים דער ספאדיק, ווער עס ווייסט פון איהם שפייט אויף אים און אויף זיינע טריפה'נע געשרייבעכצער, ווער עס האלט פון איהם האלט נישט פונעם אויבערשטן!
|
|
|
|
|