בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

חתונה ביי הרב מענצער שר השתדלנים והעסקנם

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/11/2004 05:05 לינק ישיר 
חתונה ביי הרב מענצער שר השתדלנים והעסקנם

דעם דאנערשטאג נאכט קומט פאר אין זאל פון עטרת אברהם אין וויליאמסבורג א גרויסארטיגע חתונה, בבית הרבני הנגיד ר' יונתן יוסף מענצער שליט"א, דער שר העסקנים והשתדלנים פונעם יהדות החרדית אין ניו יארק.

די חתונה ציט מאסן אידן וואס קומען אויסדרוקן הכרת הטוב וואס שטייט צו הילף פאר יעדן איד בעת צר, סיי פאר מוסדות, סיי פאר יחידים, און פארן גאנצן כלל.

באזונדער באטייליגן זיך הונדערטער רבנים, רביים און ראשי ישיבות, וועלכע דער שר השתדלנים והעסקנים הרב מענצער העלפט ארויס ביי יעדע געלעגנהייט.

זייענדיג א מקורב למלכות, וואו ער האט שוין באוויזן צו לייסטן גאר אסאך לטובת אחב"י, האבן זיך אויך אנגעזען ביי די חתונה הויכע רעגירונגס באאמטע מיט וועלכע ער שטייט אין נאנטן קאנטאקט און זיי זענען גוט באקאנט מיט זיינע מעשי צדקה וחסד וואס ער טוט און ווענדט אן פאר זיינע אידישע ברודער אין גאנצן ניו יארק.

צווישן די איבעריגע איז געקומען דער הויכגעשעצטער גאווערנער פון ניו יארק, דזשאדזש פאטאקי, ביי וועמען הרב מענצער האט שוין יארן אן אפענע טיר ארויסצוהעלפן אידן. דער גאווערנער איז געזעסן א לענגערע צייט אויסצודרוקן זיין אנערקענונג פארן חרדישן אידנטום און פארן שר העסקנים והשתדלנים פון יהדות ניו יארק.

(עטליכע פון די קעצעלעך, ח. ווערצבערגער וכת דילי' זענען געקומען אומגערופן צו די חתונה און פרובירט צו שפרינגען צו צוקומען נאנט צום גאווערנער. וועלנדיג ווייזן אז זיי זענען די אידישע פארטרעטער פון וויליאמסבורג).

ווען פאטאקי איז ארויסגעגאנגן פון זאל איז פונקט אריינגעקומען הגאון הצדיק דער סאטמאר רב שליט"א פון וויליאמסבורג, פאטאקי האט באגריסט דעם רב און געשיקט א גריס פארן סאטמארער רבי'ן שליט"א און פאר די גאנצע סאטמארער געמיינדע.

די חתונה איז באמת א הערליכע און שיינע וואו חרדי'שע אידן פון ניו יארק פרייען זיך מיט אינאיינעם מיטן געשעצטן אריסטאקראט וטספר המרומם, דער שר פון שתדלנות ואוצר החסד פון אחינו בני ישראל אין ניו יארק.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2004 07:39 לינק ישיר 

Excuse my ignorance
ווער איז דער מענצער? איך וואוין אין ניו יורק מיין גאנצע לעבן און איך קען נישט אזא פארשוין!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2004 07:52 לינק ישיר 

ער איז די אריה לייב גלאנץ פון פאפא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2004 18:04 לינק ישיר 

און ווער איז דער אריה לייב גלאנץ
איך וואוין אין ניו יורק מיין גאנצע לעבן און איך קען נישט אזא פארשוין!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2004 18:11 לינק ישיר 

who is the mechiten?

הטקסט שלך כאן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2004 19:22 לינק ישיר 

ר' שלמה דערבארעמדיגער.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2004 22:11 לינק ישיר 

פאר צבי דארפסטו מסביר זיין אז ער איז דער אהרונוב פון פאפא.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2004 23:21 לינק ישיר 

אויב באצאלט ער פאר איינעם אים צו באשרייבן אויף היידפארק דעמאלט איז ער ענדערש דער משה גבאי פון פאפא.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2004 02:25 לינק ישיר 

איז זאלי געווארן א פאפאענער אדער איז מענצער געווארען א זאלי???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2004 02:49 לינק ישיר 


"דער שר העסקנים והשתדלנים פונעם יהדות החרדית אין ניו יארק"

בדיחה טובה להתחיל בו את השבוע.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/11/2004 03:02 לינק ישיר 

וואס פאר א פנים וואלטן די ארונים געהאט ווען די זאליס קאווערן די שר העסקנים וואס ביי א יעדע סאטמערע מסיבה פאר יארן פירט ער אהן הרה"ח ר' ארי' לייב גלאנץ אין ארונים קאווערן די פאפא מענצער
א תירץ איז אפי' נישט ערווארטעט!

קאמענדירן זענען איבריג



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-21/11/2004 20:48 לינק ישיר 

איך כאפ נישט דעהם גאנצען אשכול? מען טרייט חוזק מאכן פון מענצער, אדער מעט טרייט צו שרייבען אז ער איז אן עסקן? פאקט איז אז עס איז געווען א זייער שיינע חתונה מיט אן עכטער אידישען טעם. איך האב אויך געהערט אז הרב מענצער האט געטיילט אסאך צדקה באפאהר און ביים חתונה.

פאקט איז אויך אז הרב מענצער האט אן אפענעם טיהר ביים גאווערנער. Like it or not!

עס איז דא גרויסע שאנסען אז פאטאקי זאל ווערען president און דעמאלטס וועט הרב מענצער זיין נישט נאר א פערזענליכען פריינט פונעם גאווערנער, נאר פונעם פרעזידענט!

נ.ב. צו האט איהר געוויסט אז פאטאקי איז אן אונגערישער (באמת, נישט קיין וויץ).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > חתונה ביי הרב מענצער שר השתדלנים והעסקנם
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext