בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

לוים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/11/2004 02:22 לינק ישיר 
לוים

עס איז שווער פאר א ישראל צו פארשטיין וואס א לוי גייט אדורך ווען איך פלעג דאווענען אין א גרויסע שול שרייט די גבאי איז דא א לוי און איך טראכט זאל גיין א צווייטער פאר מיר אין די גבאי זעהט אויף די רגע אז קיינער רופט זיך נישט אן מיינט ער אז עס איז נישט דא א לוי אין ווען איך קום ענדליך האט ער טענות ער פארשטייט נישט אז אסאך מאל האב איך אנגיפאנגען צו גיין אין די לעצטע רגע האט זיך א צווייטער צוגישטעלט און איך דארף מיך צוריקדרייען און אזוי האבן לווים אסאך מאל בושות און אויך למשל ווען די גבאי קוקט צו איין העלפט ביהמ"ד און אז דארט איז נישטא איז פערטיג און אויך האט איינער גיקויפט די עליות און מיך צוגעשיקט לוי אין די גבאי מיינט אז לוי פארקויפט מען נישט אין ער האט צוגעשיקט א צווייטען אין ווען איך בין געקומען האבן זיי גיהאט טענות צו מיר זאג איך אבער מען האט פארקויפט די עליות אין אזוי כהנה וכהנה (איך גיי נישט אריין אין דעם אז א לוי וואשט די כהן אין שעקויאך גיט מען די כהן) נישט אז איך דארף די כבוד נאר ע"פ הלכה דארף איך עולה זיין אין אויך רוב פלעצער אויב עס איז נישטא א כהן איז די לוי אויסגעשפילט ווייל ראשון גייט א שיינער איד אין נאכדעם טאר איך נישט עולה זיין איך האב אמאהל גידאווענט ערגעץ אין מיין חבר האט אויסגערופען אין אינמיטען רופט ער מיך אויס זאג איך בין א לוי זאגט ער פארוואס האסטו מיך נישט גיזאגט פרעג איך צו איבעראל פארן ליינען דארף איך איינמעלדען אז איך בין א לוי. היינט צופרי האב איך גידאווענט אין א לוי האט זיך טאקע איינגימאלדען אין ביים ליינען זוכט די גבאי א לוי אין דערמאנט זיך אז איינע האט איינגימאלדן אין ער שרייט יעמוד פלוני אין נאכדעם זעהט מען אז ער איז נישטא גיי איך צו זאגט ער אז מען איז גיגאנגען זוכען די ערשטע לוי אונטען
קומט אויס אז אויב גייט מען צו תיכף קען זיך א צווייטער אנרוקען שנעלער אין איך דארף צוריקגיין מיט בושות
אויב איך רוף זיך נישט אן תיכף האט מען טענות
איין עצה זיך איינצומעלדען קודם איז מאדנע
(אין ביי א כהן צאלט זיך אויס ווייל ער איז אייביג די ערשטע אין אויך איז דא ווייניגער כהנים אין א לוי מוז בכלל נישט עולה זיין אויב עס איז נישטא א כהן)
איז דא נאך א לוי וואס מאכט מיט ביטע זאג וואס טוט מען אפשר לוי שמחל על כבודו מחול?




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2004 05:33 לינק ישיר 

איך פארשטיי יא און נישט דיין פראבלעם

איז שוין איינמאל געווען וואס דו האסט געהערט דעם כהן עולה זיין צוויי מאל, דהיינו, אויב עס איז "אינגאנצן נישטא" קיין לוי, איז דער כהן עולה פאר לוי, אזוי ווי די הלכה

אויב האסטו דאס נישט געזעהן, האלט איך אז עס איז נישטא קיין פראבלעם, רוף דיר נישט אן און פארטיג, חוץ אויב די זעהסט אז עס האלט שוין דערביי אז, דער כהן גייט עולה זיין,

[איינמאל מעגסטו דאס זיכער זעהן, אלץ לוי קומט דאס נישט צופיל אויס, אין כאן כהן, הערט דער כהן אסאך מאל, ווייל מען פירט זיך אין אסאך קהלות אוועקצונעמען כהן]

נאר וואס דען, ווארט, און אויב די זעהסט אז קיינער, קיינער איז נישטא רוף דיר אן

הצלחה




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2004 05:51 לינק ישיר 

און איך וואלט געזאגט אז אפילו טאמער א כהן וועט עולה זיין צוויי מאל דארפסט די דיך נישט אנרופען.

נעם אראפ פין דיין טלית בייטעל דאס ווארט "לוי", וועט קיינער נישט וויסען אז די ביסט א לוי. איך פערזעהנליך קען א לוי וואס האט עס אראפ גענומען פין זיין טלית בייטעל צוליב דעם סיבה.

אגב, איך האב אייביג געהערט אז עס איז דא מער כהנים ווי לויים, פין ווי נעמסטו דאס אז עס איז דא מער לויים ווי כהנים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2004 06:25 לינק ישיר 

לכבוד קעי דזעי סארי איך האב צופיל געשריבען
די זאך איז אויב איך ווארט ווערט מען בכעס אןיף מיך וואו ביסטו גיווען די האלסט אויף די עולם איך קען דאך נישט מסביר זיין א גבאי ישראל וואס אונז גיי מיר דורך
אויך האב איך גיהערט אז אסאך מאל גייען צו צוויי לוים און ווען זיי זעהן גייען ביידע צוריק
אגב איז נישטא א שרייבער א לוי וואס וועט מיך פארשטיין?
(רוב מנינים וואו איך האב גידאווענט איז אייביג גיווען כאטש איין לוי אויסער מיר און א כהן זעלטען איז דא איינס)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2004 14:58 לינק ישיר 

איך וואלט דיך געראטן זיך נישט אנצורופען, אזוי קען איך האבן צוויי עליות (שטעל דיך פאר צו האבן גאנצע "צוויי דריטל" פון "אלע" עליות, עס פיהלט באלד ווי האבן די ערשטע זעקס ברכות אונטער א חופה -ניין איך מיין נישט שהכל, מזונות, העץ, האדמה, על המחיה אין בורא נפשות, איך מיין די אנדערע זעקס).

למעשה ולנלכה, ווענדט זיך ווי די דאוונעסט, אז די דאווענסט אין א ביהמ"ד וואס באלאנגט צו א פריוואטע מענטש, ווי למשל א רב וכו'. האסטו סתם אזוי נישט קיין פראבלעים ווייל ביי א פריוואטע מנין איז נישט נוגע די הלכות פון כהן לוי, עס איז נאר נוגע אין א פובליק שול. למעשה רוב חסידישע בתי מדרשים האט א דין ווי פריוואטע בית מדרש.

אעפ"כ אפשר הייב אויף דיין האנט ווען די גבאי רופט.

איך דאווען אין א היימישע בית מדרש אין א קביעות'דיגע בית מדרש, די גבאי ווייסט אז איך דאווען נארמאל אין די מנין, אין ווען ער זוכט א כהן און ער זעהט מיך, רופט ער מיך אויף. למעשה דאס איז די בעסטע עצה, צו האבן א קביעות'דיגע מנין אין ביהמ"ד.

אבער אין מיין מינן זאלסטו דיך נישט דערוואגן אנצורופן ווייל איך וויל ביידע עליות.
:addSymbol('');





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2004 17:06 לינק ישיר 

א איד א לוי האט אמאל פארגילערענט הלכות קריאת התורה אם אין שם לוי יעלה כהן ב' פעמים נאכדעם זאגט ער היינטיגע צייטען האט ער נישט גיזעהן אז מען זאל זיך אזוי פירען
אין אויפהייבען די הענט ברבים דערמאנט מיך שלעכטע זכרונות פון חדר אין דאס קען איך נישט
אין אויב עס איז א דין וואו א פריוואטע ביהמ"ד זאל שרייען יעמוד מי שירצה אין אזוי וועל איך נישט דארפן צורייסען מיין טלית בייטל
ב"ה בא שבת בא מנוחה קיינער זוכט נישט א לוי שבת



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2004 19:50 לינק ישיר 

וואס איז געבליבען וואס דארף א לוי טוהן
צוגיין
אויפהייבן די הענט
איינמעלדען פארן דאווענען
סתם נישט וויסענדיג מאכן
אפשר זיך מאכן ווי מען דאווענט שמונה עשרה




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/11/2004 02:50 לינק ישיר 

so וואס טוט א לוי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/11/2004 03:32 לינק ישיר 

א לוי גייט נאר צו

ווען ער הערט "אין כאן לוי" יעמוד ... הכהן במקום לוי, דעמאלטס, קען ער רואיג צוגיין, וואוסענדיג, אז ער איז דער איינציגער לוי

הצלחה

פרוביר עס אויס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/11/2004 03:58 לינק ישיר 

כווייס נישט וואס די ביסט אבער א לוי נישט
פרובירן איינמאל וואס די זאגסט רעזאלט אין צומישעניש אין געשרייען טאמער איך לויף שנעל איז די שאלה א ענדליך?
טאמער האט שוין די כהן גיזאגט ברכו זוכט מען א רב
עס איז נישט אזוי פשוט מען גייט צו אדרבה פארשטעל דיך פאר א לוי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/11/2004 20:19 לינק ישיר 

כ'ליין אזוי דא דערמאן איך מיך צוויי ווערטליך.

1. א משולח איז אמאל אריינגעקומן אין ביה"מ ווי מען האט פונקט געהאלטן ביים אויפרופן די ערשטע עליה, ווי די גבאי זעהט קומט ער צו לויפן און ער פרעגט די משולח: זענט איר אפשר א כהן??? טראכט די משולח תו זיך אזוי: קיינער קען מיך נישט דא, לעצטע מאל איך האב עולה געווען איז געווען שמחת תורה, וואס קען שאטן, ענטפערט ער דעם גבאי'ן מיט א גרויסן שמייכל - צופרידן פון די המצאה זיינע: יא איך בין א כהן! זאגט עם די גבאי שטיל אין אויער: זייט אזוי גוט און גייט ארויס ווייל עס איז דא 3 חיובים.

2. ס'איז אמאל אריינגעקומען א באנשאק אין ביהמ"ד, ווי עס זעהט אויס האט די גבאי עם געוואלט געבן אן עליה, פרעגט עם די גבאי ווי אזוי רופט מען אייך אויף? ענטפרט אים די באנשאק בנשימה אחת: ר' יעקב בן ר' משה שישי"

למעשה איך קלער מיך אריין יעצט: אז אפשר זאל מען מתיר זיין פאר די לוים יא צו גיין שבת מיטן טלית בייטל אין ביה"מ פאר טאקע די סיבה, אז מען זאל וויסן אז ער איז א לוי, ס'איז דאך לצורך גדול, נישט נאר דאס אז די לוי ווערט פארשעמט גייט עס שוין אריין בגדר פקוח נפש וואס איז זיכער דוחה שבת, כמיין אז מען דארף אפילו נישט פרעגו קיין רב אזא שאלה, ס'איז א דבר המובן מאליו, אז לוים מעגן יא טראגן דעם טלית בייטל אין ביה"מ.
איי מען האט פריער דעשמועסט פונקט פארקערט אז דער לוי וויל נישט די נאמען אויפן טלית בייטל. היא הנותנת, אז א לוי וועט אריין קומען מיטן טלית בייטל אין בית המדרש שבת אינדערפריא, וועלן דאך עם אלע אנקוקן, מען טאר דאך נישט טראגן, אבער ווען מען וועט זיין אז ער איז א לוי, וועט מען נישט נאר וויסן אז ער האט געטראגן בהיתר, נאר מען וועט אויך שוין וויסן אז ער איז א לוי.
אויב אזוי קען מען שוין טאקע זאגן בא שבת בא מנוחה.
:addSymbol('');



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/11/2004 20:56 לינק ישיר 

ענדליך א ענטפער צו דער זאך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > לוים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext