היכי דמי גניבה (נייע פאשקעוויל)
היכי דמי גניבה, חילול השם, שפיכות דמים ועוד...
היינט צופרי איז ליידער ווליאמסבורג נאכאמאהל באדעקט געווארען מיט "עקעלהאפטיגע" פאשקעווילען. איעדע פאשקעוויל איז עקעלדיג, נישט קיין חילוק וואס איז די נושא! אויב ברויך מען ווארפען אינמיטן די נאכט און עס האט נישט קיין אינטערשריפט איז דאס עקעלדיג!
נו... בעיני ראיתי א Sanitation Enforcement Car מיט צוויי Sanitation Supervisors אראפארן בעדפארד אוועניו אין טיילן טיקעטס Right, Left and Center!...
צענדליגע אומשולדיגע אידען וואס ארבייטען שווער אויף פרנסה דארפן יעצט באצהלען א fine ווייל אפאר שקצים ווארפען פאשקעווילען!
עקסטרימיזעם איז טעראריזעם און נישט פרומקייט!
ביטע נישט פארקריכן פונעם פוינט וואס איך פרוביר צו מאכן און נישט אריינגיין אינעם עצם נושא וואס עס שטייט אויפן פאשקעוויל.
|
|