בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

רבנות אסרט פלייש פון רב ווייסמאנדעל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/12/2004 16:39 לינק ישיר 
רבנות אסרט פלייש פון רב ווייסמאנדעל

א גרויס איבערקערעניש אין די וועלט פון שחיטה איבער א פילם וואס איז געכאפט גיווארן און AgriProcessors דאס איז ראבאשקין (מארגארעטען, לובאוויטש, וואשינגטאן הייטס און צום לעצט אויך רב ווייסמאנדעל-שפיגעל עירוב)

http://www.jpost.com/servlet/Satellite?pagename=JPost/JPArticle/ShowFull&cid=1101874929440&apage=1

דא האט איהר דעם ווידיא
http://www.goveg.com/feat/agriprocessors/

און נעכטען און טיימס
http://www.nytimes.com/2004/11/30/national/30cnd-kosh.html?oref=login&pagewanted=1&oref=login



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/12/2004 03:20 לינק ישיר 

בעל גאוה

עס איז נישט דא אזא הלכה

פארקערט ווען א גיטע שוחט שעכט א בהמה שטרעקט זיך עס אויס א פגר אויפן פלאטץ

אין טאראנטא אויב א בהמה ווארפט זיך נאכן שעכטן שטעלט מען אפ די גאנצע שחיטה פין די רעגירונג אויס זען וואס עס גייט פאר

די פראבלעם ביי רבשקין איז עס איז דא די אייזן ביי די מויל פין די בהמה די שוחט האט מורא צי שעכטן צי שנעל אין טיףוועגן זיין מעסער דארף ער מאכן זעקס מאל הולכה והבאה צי שעכטן די בהמה {קיק די ווידיא וועסטע זען}
א גיטע שוחט מאכט צוויי מרסטענס דריי מאל הולכה והבאה

אויך ווי באלד די בהמה איז איבער געדרייט גייט ער שוואכער וועגן מפרסקת שנייד ער נישט גיד דורך וועגן דעם ווארפט זיך עס



תוקן על ידי - getme - 09/12/2004 3:24:38



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/12/2004 00:30 לינק ישיר 

איך האב פארגעסן א וויכטיגע נקודה

ע"פ הלכה דארף א בהמה נאכן שחיטה זיין א מפרכת דאס איז א סימן אז די בהמה איז געזונט-כשר
אויב נישט איז עס א מסוכנת און א חשש (אדער וודאי) טריפה

די בריסקער זענען וועגן דעם מדקדק און אר"י ביי די שחיטה פון די עדה אז גלייך נאך די שחיטה לייגט מען אראפ די בהמה אויפן פלאר אז זי זאל זיין מפרכת און נאך 5-10 מינוט לייגט מען עס ארויף אויף די ליין

עס קען זיין פארדעם איז דער סיסטעם אזוי ביי רובאשקין אלץ הידור נאר אדערע טוען עס נישט ווייל עס מאכט שווארץ די פלייש (וואס איך האב קיינמאל נישט געגעסן קיין רויטע פלייש ווייל אלעמאל נאכן גוט קאכן איז עס טונקל)

עכ"פ די אניטעסמיטן ווילן אונז איינטיילן וואס איז ריכטיג היו לא תהי'
ובשם ה' נעשה ונצליח



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2004 09:19 לינק ישיר 

איך קען נישט זאגן אויף זיכער ווי אזוי די זאך איז ביי שחיטה מונחת אין רובשקין, ווייל איך האב דאס נאך נישט פערזענליך ביי געוואוינט

אבער ביי די אנדערע שחיטות קען זיך יעדער איבערצייגן, אז די בהמה איז קיין טראפ ווייניגער דערשראקן פארן שעכטן ווי פארן שיסן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2004 05:09 לינק ישיר 

אצייט צוריק האט דער NY TIMES געהאט א לאנגע באריכט איבער די פלייש מסחר בכלל אין אמריקה אין ווי אזוי א קעלבל גייט פונעם געבורט ביז צום קוילען.

עס איז געוועהן זייער אונטערסאנט... דער גאנצער תהליך מצד די טעכנילוגיע די עקונאמישע איינצילהייטן וכו' וכו'

איך וויל נאר דא ברענגען א נקודה וואס איז געוועהן אין דער ארטיקל. אז פאר די גוי'ישע פלייש לייגען זיי א גרויסער דגוש, אז ביז דער לעצטע רגע האנדלט מען מיט דער בהמה זייער רואיג.

ווייל א דערשראקענע בהמה אפילו א רגע פארן קוילען, פרודאצירט אינעם גוף א HORMONE וואס רופט זיך ANDRENALINE
אין דאס איז גורם אז דאס פלייש ווערט שווארץ.

לכאורה קומט מיר אויס אז איבער דרייען א בהמה אויף קייטן איז זיכער גורם דער פראבלעם.

א דאנק פאר GOOGLE האב איך געטראפן דעם ארטיקל

אין דא איז א קטע פונעם ארטיקל
The industry has embraced Grandin's work because animals under stress are not only more difficult to handle but also less valuable: panicked cows produce a surge of adrenaline that turns their meat dark and unappetizing. ''Dark cutters,'' as they're called, sell at a deep discount.

דער ארטיקל איז העכטס אינטערסאנט דא איז א לינק פאר דעם גאנצען ארטיקל אפשר וועט אייך פארגיין דעם אפעטיט צו עסען פלייש בכלל.

http://www.sforganic.com/nytimemarch312002.htm



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2004 02:45 לינק ישיר 

מלחמת-ה

די שרייבסט טאקע זייער שיין

אבער די ווייסט נישט וואס די רעדטס !!


דעס אז מען טאר נישט שלעפן איז א מנהג וואס עס איז געווען אין געוויסע מקומות אזוי די מנהג
נישט איבראל האט מען זיך אזוי געפירט

אין בכלל דא איז עס נאר א גורם דגורם ממילא אפלוי לויט די וואס שלעפן נישט מעג מען אפשר דא אויך

קיין שים רב אפלוי נישט o u וואלט נישט געגעבן קיין הכשר ווען עס איז ווען א הלכה

נעקסט טיים די שרייבסט אזוי שארף מאך זיכער פאר דעם אז די ווייסט וואס די רעדסט

איך בין נישט פאר זייער פלייש נאר סתם האקן אין די וועלט אריין האט נישט קיין שים פשט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2004 02:00 לינק ישיר 

איך האב שוין לאנג נישט געשריבן דא אבער דער עולם ווייסט גאנץ ווייניג דער סדר השחיטה וועל איך אביסל מרחיב זיין

איך בין שוין ארומגעפארן אויף אסאך פלעצער מיט שוחטים קוקן ווי מען שעכט גסות מיט דקות וועל איך בקיצור אראפללייגן וואס דא טוט זיך

מיר האבן בקבלה כמבואר בפוסקים אז מען האט געשאכטן שחיטה מונחת דהיינו די בהמה ליגט אויפן רוקן מיטן קאפ און פוס ארויף און דער שוחט שעכט אויף אראפ

וזה פשוט אז יעדע ארבעט וואס מען טוט וועס עס ליגט אויפן ערד אדער טיש קען מען מדקדק זיין מיטן שניידן למשל א קארפענטער וויל שניידן א שטיקל האלץ פון א טיר, וועט עס די גריגסטע און בעסטע וועג אויסקומען ווען מען לייגט אראפ די טיר אויפן פלאר אדער טיש און שניידט אבער אויב דארף ער שניידן ווען עס ליגט אויפן דאך שטעל דיר פאר ווי שיין עס וועט אויסקומען ולכן האט מען אלעמאל געשאכטן שחיטה מונחת ביז אמעריקא

אין די גאנצע וועלט ווי מען שעכט פאר אידן, איז נאר מונחת, חוץ און אמעריקא און די רבנים האבן עס מתיר געווען אויב די בהמה רירט זיך נישט בשעת שחיטה

יעצט למשל און ארץ ישראל דארט ארבעט עס אויף אזא סיסטעם
די בהמה גייט אריין און א באקס עס מאכט זיך צו די האלבע אונטערשטע וואנט שיף אז עס דריקט צוזאמן די פיס, דער ערל לייגט ארויף א טשעין אויף יעדע פיס און די טשעין הייבט אן צן ציען אויף ארויף עס עפנט זיך אויף 1 וואנט פונעם באקס אין די בהמה פארט ארויף אויף אלע 4 פיס ארויף, נאבדעם לייגט דער קייט אראפ די בהמה אויף אזא בעטל אויפ'ן רוקן דער ערל בינט צו דעם קאפ, דער שוחט שעכט, דער ערל בינט אויף די 3 פיס פונעם טשעין תיכף און די קייט שלעפט ארויף אויף 1 אונטערשטע פיס און די בהמה עהנגט מיטן קאפ אראפ און דעמאלטס איז די בהמה מפרכת אפאר מינוט איין בהמה מער איינס וויינגער און ע"פ הלכה הייסט עס מער נישט לעבעדיג די בהמה שפירט נישט קיין שום צער און אלע בלוט רינט ארויס

יעצט רובאשקין האט א אנדערע סיסטעם ווי מען זעט אויפן ווידיא אבער תיכף נאכן שחיטה נפסקה חיותה,

יעצט הרב ווייסמאנדל האט פארלייגט כוחות אז עס זאל ווייטער זיין מונחת ווייל דאס איז אסאך בעסער און דאס האבן מיר בקבלה פון חז"ל אפילו היינט און די גאנצע וועלט (און נישט ווייל עס איז א משוגעת פון רבנות)

דער אניטסעמיט פון פיטא איז געגאנגען צו א ריפארטער וואס פרעסט מסתמא סטעייק אינגרויסן אבער איז קיינמאל נישט געווען און א גוישע שלאכט הויז און ער איז געווארן רחמנותדיג אויף די בהמה, למעשה די גוים הארגענען די בהמות מיט אסאך צער בעלי חיים
קודם דאס עצם פארטייבן די בהמה איז א צער און אפילו נאכדעם בשעתן אפשניידן דעם האלדז.

און בכלל פיטא האלט אז מען דארף עסן נאר וועדזשטעריען vegetarian זעהט אויס זיי האלטן זיך פאר אדם הראשון אבער אונז האבן א תורה און די תורה האט אונז מתיר געווען בשר בהמה חיה ועוף אחר שחיטה.

דער רב פון OU זעהט אויס צו זיין א עם הארץ אויב ער קען זאגן אז עס איז נישט מענטשליך אזוי צו שעכטן ווייל ער דארף געפעלן פארן גוי

דער עיקר מען טאר נישט נאכגעבן פאר די אנטיסעניטן קיין זוז כל שהו ווייל זיי וועלו זיך אריינמישן אינגאצן חלילה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2004 00:40 לינק ישיר 

אבי גערעדט
אז מען שלעפט ארויס די קנה ווערט נאכנישט אוועק גענומען די סירכות

דער פראבלעם מיט דעם איז, ווייל עס איז דא א הלכה, אז אויב די קנה און ושט זענען נישט דורכגעשניטן הונדערט פראצענט דורכ'ן שוחט, וואס ווי יעדער יונגל ווייסט, איז דאס כשר לכתחילה, ווייל מען דארף נאר דורכשניידן "רוב" קנה ורוב ושט, דעמאלט זאל מען אבער נישט אריינשניידן אין האלז ביז די בהמה קומט צו א פולשטענדיגע אפשטעל (עס הערט זיך אויף צו ווארפן) ווייל אויב יא, זעט דאס אויס ווי עס איז געווען "שהי'", עס זעט אויס ווי דער שוחט האט זיך אפגעשטעלט אינמיטן די שחיטה און ער איז משלים די שחיטה

אויב אבער די קנה און ושט זענען יא דורכגעשניטן הונדערט פראצענט, איז נישט דא דער חשש און מען קען גראד נאך די שחיטה אריינשניידן אין האלז

למעשה, ביי 99.99 פראצענט בהמות שעכטן די שוחטים דורך דעם "גאנצן" קנה וושט, הונדערט פראצענט

און אפילו דארט ווי נישט, וויבאלד דער אריינשניידער איז נישט א איד, נאר א גוי, איז נישט דא דער חשש אז עס וועט אויס זען ווי שהי', ווייל קיינער וועט דאך נישט חושד זיין אז דער גוי איז משלים די שחיטה

אליבא דאמת איז דאס א מחלוקת הפוסקים, נאך אין די ראשונים, און מיר פסק'נען אז דאס איז מותר למהדרין מן המהדרין

מילא, איז געקומען די ראבינאט און אנדערע און זיך סתם ארויפגעכאפט דערויף, אבער באמת איז דאס כשר לכתחילה

אבער פארשטייט זיך אז אויף דעם פרט איז שוין דא אויף "וואס" זיך ארויפצוכאפן און עטליסט מאכן א טומעל, עס איז אבער א שטורעם אין א גלעזל וואסער




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2004 00:12 לינק ישיר 

כ'האב מיך אינטרעסירט אויף דעם נושא צווישן רבנים מומחים אין דעם געביט פון כשרות השחיטה, אין איך בין געוואויער געווארן אז דער פראבלעם איז פיל ערנסטער פון וואס עס ווערט דערמאנט דורך שדים_טאנץ.

ווי מ'זעהט אינעם ווידיאו-קליפ(ה), כאפט אהן דער ערל דעם "קנה" מיט א הוק און ער שלעפט עס ארויס מיט כוח. יעדער ווייסט אז אויב ס'זענען פארהאנען "סירכות" אויף די ריאה (לינג), איז די בהמה טריפה. ס'איז פארהאן סירכות וואס זענען באהאפטען פון איין זייט צי די ריאה און פון די אנדערע זייט צו די ריפס (צלעות). דער קנה איז דאך באהאפטען צו די ריאה, ממילא ווען דער ערל שלעפט מיט כוח ארויס דעם קנה, שלעפט דאס מיט זיך אויך די ראיה, און די סירכות ווערן אפגעריסן. ווען דער "בודק פנים" לייגט אריין זיין האנט כדי צו שפירן אויב די לינג איז ריין פון סירכות אדער נישט, וועט ער קיין סירכות שוין מער נישט שפירן... און ער וועט מכשיר זיין א טריפה'נע בהמה!

עטליכע רבנים וואס האבן באטראכט דעם פולען ווידיעא-קליפ (נישט דעם קורצן ווערסיע), זענען געבליבן שוידערליך געשטוינט ווי ווייט די הפקרות גייט פאר...

לדאבונינו ולדאבון כל בית ישראל וועט די שערוריה פארשוויגען ווערן פאר א פשוט'ע סיבה. די OU וואס גיט (אויך) די השגחה אויף רובאשקין, איז די זעלבע OU וואס גיט אן השגחה אויף אלע אנדערע אידישע/חסידישע שחיטות, ווי מיעל-מארט, אינטערנעשינאל-גלאט א.א.וו. ממילא קען קיינער פון די רבנים המכשירים נישט ארויסקומען מוחה און מעורר זיין קענען די דאזיגע מכשול... דערפאר וועט ליידער פון די גאנצע פרשה ווערען א שטיל-פארשווייגעניש...

ביז צו די נעקסט שערוריה...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2004 18:47 לינק ישיר 

שדים_טאנץ, ביסט גערעכט אז קעלבעלעך איז נישט פון די מין פון דקות (הגם להלכה זענען דא וואס פאסקענען לגבי דרוסה אז עס האט אן הלכה פון דקות) איך האב געמיינט צוזאגען אז נאר ביי די קלענערע בהמות ווי קעלבעלעך און ציגען שלעפט מען ארויף פארען שחט'ן (בעצם איז קעלבעלעך אסאך גרינגער ארויף צו שלעפען ווי ציגען).

עס איז דא שלאכט הייזער וואס מ'שלפעט ארויף מיט איין פיס און אזוי שחט מען עס און נישט מיט די סיסטעם ווי עס פארט צו צום שוחט אין באקס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2004 16:19 לינק ישיר 

ווי עס קוקט אויס איז שדים טאנץ גירעכט די פראבלעם איז דאס ארויס נעמען די וושט נאכן שעכטן

היינט און טיימס שטייט אז די OU האט געהייסן פאר רובאשקין אז מזאל מער נישא ארויס נעמן דעם וושט נאכן שחטן.

יוסי,
יעצט האנדעלט זיך נישט פון רעגירונג אויס יעצט איז פשוט א ביזנעס פראבלעים (חוץ די הלכה) כדאי צו קענען EXPORTEN די פלייש קיין אר"י פארשטייט זיך מוטען תירוץ הלכה גייט מען זיך שנעל אונטערגעיבן וד"ל

December 3, 2004
Kosher Authority Seeks Change in Steer Killings
By DONALD G. McNEIL Jr.


n the wake of accusations of cruelty from an animal rights group, the world's largest kosher certification authority announced yesterday that it would ask a major kosher slaughterhouse in Iowa to change the way it kills animals.
Killings at the plant, AgriProcessors Inc., in Postville, Iowa, were clandestinely recorded this summer by People for the Ethical Treatment of Animals. A videotape showed workers cutting the throats out of living steers and then dumping the animals on the floor where they thrashed and bellowed while bleeding to death.
The plant is the country's largest producer of meat that is glatt kosher, the highest standard of cleanliness. It is also the only American plant allowed to export to Israel.
Also yesterday, a representative of Israel's chief rabbinate said AgriProcessors' meat would no longer be accepted in Israel if the scenes he saw on tape were standard practice.
Bruce Friedrich, a spokesman for the animal rights group, called the news excellent.
No representative of the company could be reached for comment.
Rabbi Tzvi Hersh Weinreb, the executive vice president of the Orthodox Union, which certifies more than 600,000 products around the world as kosher, said the video "raises all sorts of questions."
Rabbi Weinreb said he would ask that the plant stop letting workers tear the trachea and esophagus out of animals. He said he found the procedure "especially inhumane" and "generally unacceptable" but wanted to investigate how regularly it happened.
He said he was also considering asking that animals be held longer inside the rotating drum where they are killed. Rabbi Ezra Raful, head of international supervision of slaughter for the chief rabbinate of Israel, said yesterday that the steers on the tape appeared to have been killed correctly by the slaughterer. But he said his rabbinate preferred that no one else cut the body until it had bled out, to avoid the perception that someone else had helped kill it.
http://www.nytimes.com/2004/12/03/national/03kosher.html?oref=login




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2004 02:43 לינק ישיר 

שדים טאנץ


די ביסט 100% גערעכט איך האב דאס געמיינט אין ווי אזוי ווי האב פארשטאנען אז דער פראבלעם פאנגט זיך אהן צוליעב דער דרישה אז עס דארף זיין 'מונחת'.

איך בין א סאך יאהרן צוריק געוועהן ביי א שחיטה וואס איז נישט געוועהן 'מונחת' אין עס איז געוועהן פונקט ווי די האסט עס פארגעשטעלט.

אז 'בעפאר' די שחיטהווען די בהמה שטייט אין דעם BOX טוט מען בינדען א קייט דעם אונטערשטען פוס מוט א קייט וואס באלד נאך דער שחיטה ציעט מען ארויף דער בהמה צום אסעמבלי ליין. אין אזוי אויך רונט ארויס דאס בלוט שנעל.

איך ווייס אבער פון א שוחט וואס האט באקומען א שטויס פון א גע'שחט'ענע קיא 5 מינוט נאך דער שחיטה ווען ער האט געוואלט מאכען א סימן אויף דעם צונג. ווייל די נערווען לעבען נאך..

דאס קען מען אויך זעהן אפילו ביי א פיש סטאר, נאך דעם וואס מ'הרג'עט א קארפ אז די צושניטענע שטיקלעך טאנצן נאך.

איבער די 'מונחת' אישו אין אז דאס איז הרב הגאון ר' חיים קאהן'ס דרישה..האב איך דאס געהערט פון אגודת ישראל מקורות.

און די עסקנים האלטען אז אויב מיר וועלן נישט קעמפען איצט און נאכגעבען, וועט זיך דאס נישט דאס אפשטעלן אין מ'וועט כסדר פרובירן מאכען נייע געזעצן צו באגרענעצן די רעכט צו שחיטה.

איך האלט אז עס איז
just a matter of time
אז מיר זענען אין א סכנה אז מ'וועט זיך נעמען שטרענג איבער שחיטה אין אויך איבער 'ברית מילה' דאס איז אן עקסטערע פרשה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2004 01:30 לינק ישיר 

כורמיזא, קעלבלעך איז נישט קיין בהמות דקות

אפילו ביי די קליינע בהמות, ווי לעמלעך און ציגן, שלעפט מען אויך נישט ארויף אויף די טשען "פאר" די שחיטה. מען בינדט נאר צו די טשעין פאר די שחיטה, און מען שלעפט עס ארויף נאך די שחיטה, און דאס טוט מען ביי בהמות גסות אויך




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2004 01:24 לינק ישיר 

אגב, אין בית המקדש האט מען אויך גע'שחט'ן שחיטה מונחת.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2004 23:21 לינק ישיר 

איך גיי נישט אריין אין די גאנצע נושא, נאר דאס וואס איז געשטאנען אז מ' שלעפט ארויף די בהמה מיט א טשעין נאך פאר'ן שחט'ן, איז ביי בהמות דקות ווי קעלבעלעך און ציגן אבער נישט ביי קיין קוהן און אקסען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2004 22:37 לינק ישיר 

דער פראבלעם דארט ביי רובשקין איז נישט וועגן שחיטה מונחת

שחיטה מונחת איז נישט קיין לכתחילה, ער איז אזוי געווען דער מנהג אין אלע צייטן ווייל אנדערש האט מען אמאל נישט געקענט, אבער עס איז איינשטימיג אנגענומען אין די פוסקים אז אויב קען מען שעכטן די אנדערע וועג איז פונקט אזוי גוט לכתחילה

דעריבער האט מען דאס טאקע איינגעפירט אין אלע בית השחיטות אין אמעריקע, ווייל היינט ארבעט עס בעסער פראקטיש אזוי

דאס איז אבער נאר אין אמעריקע

כמעט איבעראל, ענגלאנד, אוראגוויי און זיכער ארץ ישראל שעכט מען נאך היינט שחיטה מונחת
די סיבה?
ווייל דער רבינות האט א שגעון אז עס מוז זיין שחיטה מונחת, און אין ארץ ישראל קען מען דעריבער נישט אריינברענגען נאר שחיטה מונחת געזעצליך

אפילו די עדה החרדית שעכט דעריבער אויך נאך שחיטה מונחת, אבער נישט ווייל זיי האלטן אז אנדערש טויג נישט, נאר ווייל אין ארץ ישראל קען מען נישט אנדערש אריינברענגען

רובשקין איז די איינציגסטע אין אמעריקע וואס האט אן אייגענעם פלענט, און זיי אימפארטירן אויך אויף ארץ ישראל, דעריבע שעכטן זיי שחיטה מונחת

דאס איז נישט א חומרא וואס הרב חיים קאהן "וויל זיך נישט אוועקרירן", ווי איינער האט דא געשריבן אויבן. עס איז נאר ווייל זיי קענען, און ווייל זיי "מוזן", ווייל זיי אימפארטירן קיין ארץ ישראל


יעצט, צום חלק פון ווארפן נאך די שחיטה

כמעט יעדע בהמה ווארפט זיך נאך די שחיטה, נישט קיין חילוק צי שחיטה מונחת צי שחיטה עומדת. איין בהמה 3 סעקונדעס, איז 5 סעקונדעס און איין 15 סעקונדעס, יעדע אנדערש

דער חילוק איז נאר, אז ביי די אנדערע שחיטות איז אזוי דער סיסטעם, אז נאך איידער די שחיטה ווערט די רעכטע פיס צוגעבינדן צו א קייט, און די רגע נאך די שחיטה ווערט די בהמה ארויפגעצויגן אויפן דאך אויף די אסעמבלי ליין, דעריבער דערקענט זיך נישט אזוי דאס ווארפן

ביי שחיטה מונחת קען מען נישט ארויפבינדן די קייט אויף די רעכטע פיס, ווייל ווען די בהמה איז איבערגעדרייט איז די פיס אויף די אנדערע זייט (ווי דער משל פון מנשה ואפרים), דעריבער קען מען בעסער אנזען נאך די שחיטה ווי די בהמה ווארפט זיך

דאס ברענגט נאר א דריטע ענין

ווען מען ציט גלייך ארויף די בהמה אויף די אסעמבלי ליין, רינט דאס בלוט גוט אויס, און אויך, ווייל דער לאך פון די שחיטה איז אויף אראפ.

אבער ביי שחיטה מונחת, רינט דאס בלוט צוריק אריין אין קערפער און דאס קען גורם זיין וואס ווערט גערופן "בלוט שאד", עס מאכט אז דאס פלייש זאל נישט זיין אזוי שיין, אפילו ווען עס ווערט אויסגערייניגט פון בלוט דורך זאלץ

ביי שחיטה עומדת קען זיך אויך מאכן בלוט שאד, ביי 2 פראצענט בהמות. אבער ביי מונחת איז עס מער מצוי

דעריבער טוט רובשקין, אז תיכף ומיד נאך די שחיטה, שניידט מען אויס מיט א הוק די גאנצע קנה און ושט און די גאנצע האלז, וואס העלפט אז די בהמה זאל גוט אויסבלוטן
דאס טוט מען נישט ביי אנדערע שחיטות, און דאס איז די שאלה להלכה דא, ווי איר קענט זען אין ניו יארק טיימס
וואס די שאלה להלכה איז, וועל איך שוין מסביר זיין אן אנדערס מאל, איך האב נישט קיין נערוון יעצט, אבער למעשה, איז דאס א מחלוקת הראשונים, אבער אויך נישט צי עס איז כשר, נאר אויב מען מעג עס טוהן, און מיר פסקנען אז עס איז כשר וישר למהדרין מן מהדרין



וועגן צער בעלי חיים דארף קיינער נישט ווערן צו איבערגענומען, ווייל מען שעכט שוין בהמות זייט ששת ימי בראשית און דאס איז א נאטורליכע זאך. נאר וואס דען, היינט איז מען נישט צוגעוואוינט ווייל מען זעט דאס קיינמאל נישט. אינדערהיים איז מען גארנישט אזוי איבערגענומען געווארן ווען דער אקס האט זיך געצאפלט נאך די שחיטה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > רבנות אסרט פלייש פון רב ווייסמאנדעל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext