| נשלח ב-5/12/2004 02:38 |
|
| |
די וואך האט מען אויסגעלאשן די לעקטער...
כא, כא, כא, דו מיינסט אז אין ראדני איז פונקט ווי ביי חורינער. ווען מען לעשט נישט אויס די לעקטער יעדע וואך נאר ווען ער דארף עס פאר פראפאגאנדע?!
אין ראדני לעשט מען אויס יעדע וואך די לעקטער, ווען דער רבי שליט"א איז דא, און אויך די וואך האט מען אויסגעלאשן.
לגופו של ענין: די וואך איז געווען פונקט ווי אין די לעצטע דריי וואכן, ווען די שומרי משמרת הקודש זענען געשטאנען אויף די וואך זען אז די מחללי שבת זאלן נישט קענען שופך דם זיין. די וואך האבן זיך אויך ארויפגעשטעלט אויף די פארענטשעס פיר יונגעלייט אויסווארפן און בערד-שניידער, ובראשם אברמי רובין, אבער זיי זענען ווי פארשטענדליך אלע אראפגעפלויגן.
יעדער נארמאלער אהרוני פארשטייט נישט וואס ס'איז פשט פון דעם שדים-טאנץ ביים רבי'נס שלש סעודות, פארוואס די חארונים קומען בדעתא דהכי צו צושטערן דעם שלש סעודות. נעבעך, אן קיין ערפאלג. שוין די דריטע וואך אין א צי מיט אזא פינסטערן דורכפאל. (אבער זיי האבן געווינען...)
למה אתם עוברים את פי ה' והיא לא תצלח?!
תוקן על ידי - געזעגענען - 05/12/2004 2:47:32
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2004 03:25 |
|
| |
שבת באריכט
פרייטאג צונאכטס
איז געווען שטיל אין ביהמ"ד, די רבי שליט"א ביי די 90 יאר דער רבן של ישראל האט געפירט טיש לכבוד כ"א כסלו איינגעשפארט אין ברך משה, עס איז געשטאנען צעטלעך אז די וואך פירט דער סאטמאר רבי שליט"א טיש נאר פאר די ישיבה קטנה בחורימ'לעך...
שבת צופרי
האט מען געגעבען עליות פאר צוויי קווינס בחורים פון די הויפט זאלי שלעגערס, אייינער איז די מנהל פון קווינס בחור, אויף די צוויי האט מען געווארפען און ארומגעשיקט אויף די פאסט די וואך צעטלעך אז זיי שלאגען מיט רציחה בחורים, לכבוד דעם האבן זיי עולה געווען.
שלש סעודת
איז געווען אן איבערקערענישט וואס מען קען זיך נישט פארשטעלען, אנגעהויבען האט זיך עס ווי די לעצטע צוויי וואכן, ווען די הונדערטער איידעלע בחורים פון די סאטמאר ישיבות אין ווימ"ס, היכל התורה, שערי תורה, באר התורה, קרן התורה, האבן זיך געשטעלט אויף זייערע פלעצער מקום קבוע, ווי זיי שטייען דארט יעדע וואך שוין יארן ביים רבי'נס שלש סעדות, אין מיטען מנחה, פלוצלינג האבן אנגעהויבען ארויפצולויפן די קווינס שלעגערס, און זיי האבן אנגעהויבען צו שלאגען מיט בלוטיגע מעדרישע אכזריות די אנדערע בחורים.
גלייך זענען ארויף געלאפען 30 יונגעלייט פון די אהרונים אזוי אויך טאטעס פון די בחורים, זיי האבן אנגעהויבען צו טיילן מכות פאר די קווינס שלעגערס, זיי האבן אנגעריסען די ביינער פאר די הויפט אנפירער דער מנובל יואל שטערן, זיי האבן געמאכט א ברית מילה אויף אים, זיי האבן אים אנגעטראסקעט די ביינער אוועקגענומען זיין הוט גלעזער, צוריסן זיין בעקטשע ציצית און זיין העמד, ער האט אויסגעקוקט ווי איינער וואס ארויסגעקומען פון א שווערע עקסידענט, ער האט קוים געקענט אהיים וואקען, צוביסלעך האבן די יונגעלייט איבערגענומען די ברענטשעס און אראפ געטראסקעט די קווינס שלעגערס.
די רבי האט געהאלטען און איין פרעגען זאלי וואס עס גייט פאר, זאלי האט געזאגט אז עס איז הצלה קאל, זאלי האט געשמייכעלט אנהייב צו נ. בלאמענפעלד די מנהל פון קווינס וואס איז געזיצען לעבן אים, אבער ווען ער האט געזעהן ווי זיינע בחורים פליען אראפ און כאפן פעטש וואס עס קומט זיך זיי, איז זיין פנים געווארן טרויעריג, משה גבאי האט געהאלטען און איין שרייכען מען זאל אראפווארפען דעם בחור יענעם בחור אבער עס איז געפאלען אויף טויבע אויערן, די זאלי יונגעלייט האבן געציטערט צו הייבען הענט נאך דעם וואס זיי האבן מיאוס גענדיגט שמחת תורה אין תפיסה.
די זאליס זענען געווארן צופידעלט, חיים ראטה און זאליס דרייוער ריגערמאן האבן אנגעהויבען צו שפירצן פון ווייבער שול וואסער, און אויך מיט א פייער אינסטיליטשער, דער עולם זאליס און אהרונים איז געווארן באגאסען, אינמיטען זענען די פאליס אנגעקומען די אהרונים האבן זיי געזאגט אז עס איז גארנישט און זיי זאלן אוועק גיין, ווייל די אהרונים זענען געווען על עליונה האבן זיי געוואלט ווייטער טיילן ווי עס קומט זיך פאר די קווינס בחורים שלעגערס.
לאמיר האפן אז די קווינס בחורים די שלעגערס האבן געכאפט זייערס און זיי וועלן מער נישט קומען שלאגען, און זייערע מנהלים און טאטעס וועלן איינזעהן אז לוינט זיך נישט.
אגב דאס איז נאך זייער גרויסער געווינס לעצטע וואך ווי זיי פארקויפען די שקר אז זיי זענען געווארן פולקאם בעל הבית.
תוקן על ידי - YONES69 - 05/12/2004 3:27:58
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2004 03:35 |
|
| |
איך פארשטייט אז ס'קרענקט דיך נעבעך. דער בעסטער בילד איז געווען ווי די פיר אויסווארפן און מחללי שבת, אברמי רובין, וועלץ, פריעדמאן, זענען אראפגעפלויגן און זיך געקוילערט ווי קניידלעך.
ווער רעדט נאך ביים ענדע פון שלש סעודות ווען דער גאנצער בית המדרש האט געקוקט מיט אפענע אויגן ווי מען האט אויסגערייניגט דעם פארענטש, אזוי ווי אין די פארגאנגענע פאר וואכן, און די חארונישע באמעס לויפן ארויס כאילו ס'וואלט קיינמאל נישט געווען. א ריכטיגער פארגעניגן געווען, טמאים ביד טהורים ורשעים ביד צדיקים וזדים ביד עוסקי תורתיך.
די חארונישע לוזערס האבן געשיקט די פייערלעשערס צום נייעם בית המדרש, זען צו שטערן די חגיגת יובל הששים פון כ"א כסלו, און צו שטערן דעם דינער פון די סאטמארער מוסדות. עס העלפט זיי אבער גארנישט. אויף איין פלאץ האבן די פייערלעשער געהייסן אוועקנעמען די באריקאדעס, און נישט מער.
צענדליגער טויזנטער אידן גייען היינט נאכט טאנצן חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו, בך בטחו אבותינו בטחו ותפלטימו!
מיט זעכציג יאר צוריק האט אונז השי"ת געשאנקען במתנה מרן רבינו הקדוש זי"ע וואס איז ניצול געווארן ממות לחיים. און היינט האט מען די זכי' צו טאנצן אין דעם גרעסטן סאטמארער ביהמ"ד איבער די וועלט, אלפים ורבבות אידן אין שפיץ פון ממלא מקום רביה"ק, כבוד קדושת מרן רביה"ק שליט"א לאויש"ט ובנו כ"ק הגאב"ד וריש מתיבתא שליט"א.
חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2004 03:36 |
|
| |
דרך אגב.
איך האב געהערט מוצ"ש ווי א אלטע איד א צעהיצטע אהרוני איז ארויס פון ביהמ"ד און געשריגן מיט קולי קולות "די זאליס האבן געשפריצט "מים אהרונים" אנשטאט מים אחרונים.
דאס האט מיר אזוינס געמאכט לאכן....
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2004 03:53 |
|
| |
אינטערסאנט אז די פיר זענען מחללי שבתים אבער דער מנובל יואלי שטערן ער איז גאר א א שמור שבת מיט אלע פירושים...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2004 04:18 |
|
| |
איין זאך פארשטייט איך נישט וויזאוי לאזן די קווינס ראשי ישיבות צו אז זייערע בחורים זאלן קומען שלאגן פאר גארנישט?
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2004 07:45 |
|
| |
שלאגטס ענק, שלאגטס ענק, זייטס פארנומען, ווייל אך און וויי וועט זיין פאר די וועלט ווען עטץ וועט ענדיגען מיט זיך אליין.
א חסד האט דער אויבערשטער געטוהען אז ער האט געגעבען פאר די גוים בעיסבאל, ווען נישט וואלטען זיי זיך גע'רצח'ט, אזוי זאגסט מען, די זעלבע חסד האט די אויבערשטער געטוהען מיט סאטמאר, זעהנדיג אז דאס איז די איינציגסטע וועג ווי אזוי זיי זאלען אויפהערען מיט די וועלט.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/12/2004 23:56 |
|
| |
די פאר פרא אדם פון קווינס קומט וואו געוואונשן פאר אלע אהרונים
זאל די גאנצע שטאט זעהן למי החותמת...........
צוביסלעך קומט ארויס די אייטער פון די הויט און מען זעהט שוין אז די קווינסער זענען זרע פרא אדם יקרא
און וועגען דעם דארף מען עקסטער טאנצן חסדי ה'
איין בילד רעדט מער ווי טויזענט ווערטער דאס קען מען זאגן אויף קווינס ישיבה דעם פארגאנגענעם שבת ביי של"ש
און וועגען דעם דארף מען עקסטער טאנצן חסדי ה'
דער וואס איז דארט געווען וועט דעם בילד נישט פארגעסן אזוי שנעל
און וועגען דעם דארף מען עקסטער טאנצן חסדי ה'
|
|
|
|
| נשלח ב-6/12/2004 00:14 |
|
| |
אפשר דערפאר האבן טאקע צענדליגער טויזנטער חסידים געטאנצט חסדי ה' מוצאי שבת כ"א כסלו אין נייעם ריזיגן בית המדרש דקהל יטב לב דסאטמאר.
ברוך הוא אלקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת וחיי עולם נטע בתוכינו.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/12/2004 18:11 |
|
| |
די אהרונים האבן אריינגעגבן א פרישע מסירה, אז מ'זאל שוין אפשפארן ראדני, סיז א סכנה צו האלטן אפען, ווייל אין פאל פון א פייער ח"ו איז נישט דא גענוג "פייער עקסטינגווישערס (שפריצערס)"
די קומענדיגע וואכן גייען די זאליס מער נישט זיין קיין בטלנים, זיי גייען איין מאל פאר אלעמאל פטור ווערן פון די אהרונים, דאס מאל גייען זיי צוטשעפענען א שלויך צו א קראן...
|
|
|
|
|