מטרת הפורום - די ציל פונעם פארום
ברוכים הבאים
שלום לכולם!.
בשמחה רבה אנו פותחים פה פורום החדש "באהלי צדיקים".
אין כאן המקום להאריך בעובדות, עדים אנו היום על הנהירה ההמונית מכל קצווי העולם המתאספים ובאים ממרחקים לפסוע ולדרוך ליד ציוני הצדיקים בכל ארצות מזרח אייראפע ביומא דהילולא שלהם או בשאר ימות השנה. או לטייל ולהכיר מקרוב האדמה אדמת קודש שבסביסו התרחשו כל הדברים הנוראים הנחקקים בלבינו מטל ילדתינו, האדמה שעליו דרכו אבותינו ורבותינו מנהיגי הדורות, חיו ונשמו, שם סיגפו עצמם, פעלו ישועות ומופתים להכלל ועוד.
לאור זה פתחנו בעזה"י פורום מיוחד במטרה ליתן הזדמנות להמעוננים באיזה מידע שיהיה הקשור בהמושג "מזרח אירופה", להתקשר עם הרבים, לעזור, להציע, לשאול,לבקש, לתרץ. וכו'.
ארצות מזרח אירופה שעליהם מיוחד הפורום כולל הארצות דלהלן:
=פולין.
=אוקרינה.
=הונגריה.
=רומניה.
=טשכיי.
=סלובקיה.
=ביאלרוס.
לע"ע לא הגדרנו הפורום בשום ענין, ובמשך הזמן נראה בעזה"י האיך ובמה לתקנו.
בברכת הצלחה וברכה!.
(הפורום אינו מוגדר לחצר חסידי ספציפי או שכבה ספציפי מכלל ישראל. זה יתן הזדמנות לכתוב פה בשתי השפות המורגלים ביותר בין הגולשים שלנו "אידיש (שפה שמנהל הפורום מורגל בו), ועברית", ובסליחה ממי שלא מכיר רק עברית או רק אידיש).
==============
א גוטן אייך!.
מיט גרויס פרייד עפענען מיר דאָ דעם נייעם פארום "באהלי צדיקים".
עס איז נישט דאָ דאָס פּלאַץ צו מאריך זיין מיט פאקטארן, מיר זענען עדות היינט צו דעם אלעוועלטליכען שטראם זיך צוזאמענצוקומען פון דערווייטנס צו פארן אויף די קברים פון די הייליגע צדיקים אין אַלע מזרח-אייראפע לענדער אין זייער יאָרצייט אָדער אגאנץ יאָר. אָדער צו שפּאַצירן און זיך באקענען פון דער נאנט מיט די הייליגע ערד וואָס אין איר סביבה האָט פאסירט די אַלע פארכטיגע זאַכן וואָס זענען איינגעקריצט אין אונז פון אונזער פריע יוגנד, די ערד וואָס אויף דעם האָבן געטראטן אונזערע עלטערן און רבי'ס מנהיגי הדורות, דאָרט האָבן זיי געלעבט, געאטעמט, זיך מסגף געווען, גע'פועל'ט און מופתים פארן כלל, א.א.וו.
אין ליכט פון דעם האָבן מיר בעזה"י געפענט א ספעציעלע פארום מיט'ן ציל צו געבן א געלעגנהייט פאַר ווער עס איז אינטערסירט און סיי וואספארא אינפאָרמאַציע וואָס איז פארבינדען מיט'ן באגריף "מזרח אייראפע", זיך צו פארבינדען מיט'ן רבים, ארויסצוהעלפן, פארשלאגן, פרעגן, בעטן, ענטפערן, א.א.וו.
די מזרח-אייראפע לענדער וועלכע די פארום איז געאייגנט פאַר זיי, איז כולל די פאלגענדע לענדער:
=פולין.
=אוקריינא.
=אונגארן.
=ראמעניא.
=טשעכיי.
=סלאבאקיי.
=ביעלארוס.
ביזדערוויל האָבן מיר נישט באגרעניצט דעם פארום מיט קיין שום אנגעלעגנהייט, און אין לויף פון די צייט וועלן מיר בעזה"י זעהן וויאַזוי און מיט וואָס עס מתקן צו זיין.
בברכת הצלחה וברכה!.
(דער פארום איז נישט באגרענימט פאַר קיין ספעציפישע חסידי'שע הויף אָדער א ספעציפישע שיכט פון כלל ישראל. דאָס וועט געבן די געלעגנהייט צו שרייבן דאָ מיט די צוויי מערסטע באניצטע שפּראַכן צווישן אונזערע גולשים "אידיש (דער שפּראַך מיט וואָס די מנהל הפארום איז געוואוינט דערצו), און עברית", און מיט אנטשולדיגונג פאַר דער וואָס קען נישט נאָר עברית אָדער נאָר אידיש).
 |
|
|