בית פורומים באהלי צדיקים

וואס מיינט - אייראפע, פולין, ראמעניא?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/12/2004 04:09 לינק ישיר 
וואס מיינט - אייראפע, פולין, ראמעניא?

מיר וועלן דאָ אראפברענגען א קורצע באשרייבונג איבער אינטערסאנטע מערקווירדיגע ידיעות פון אייראפע, פולין און ראמעניא. מיר האפן בקרוב צוצולייגן אויך אַנדערע לענדער.


אייראפע


קודם א הקדמה אויף אייראפע...

אייראפע וועלכע געפינט זיך אין דער מזרח העלפט פונעם גלאויב ווערט אין אלגעמיין איינגעטיילט אין פינף אפטיילונגען: מזרח מערב דרום צפון און צענטראלע.

כלל ישראל האט זיך פלאצירט במשך די פארגאנגענע דורות אין די מזרח און אין די צענטראלע אפטיילונג.

לצורך הבנת הענין וועלן מיר אראפברענגען די גאנצע אנגעלעגנהייט:

דער ערד קוגל איז איינגעטיילט אויף די פאלגענדע 'גרויסע' יבשות:

אמעריקא (וועלכע נעמט אריין אין זיך אויך די וואס די וועלט רופט אמעריקא, נעמליך די פאראייניגטע שטאטן), אפריקע, אייראפע, אסיע, אויסטראליע.

די אויבערדערמאנטע נעמען זענען די נעמען פון די יבשות, אבער יעדע יבשה פארמאגט אין זיך פילע לענדער, אייראפע איז א יבשה אויף מזרח זייט פונעם ערד קוגל, זי גרעניצט זיך מיט אסיע, זי פארמאגט פילע לענדער, פילע פון זיי זענען אומבאקאנטע נעמען פאר אונז אידן וועלכע האבן גאנץ ווייניג געהאט פארבינדונגען מיט זיי אין די היסטאריע.

אידן זענען געקומען צום אייראפישען יבשה נאך אין די צייטן פונעם צווייטן ביהמ"ק, אין לויף פון די דורות האבן אידן געוואנדערט פון איין לאנד צום צווייטן אין אייראפע, מיר וועלן זיך דא קאנצטערירען אויף די לענדער וואו עס האט געשפרידעלט די תורת החסידות דורך די צדיקים תלמידי הבעש"ט זצ"ל, וועלכע זענען אין מזרח אייראפע און אין צענטראן אייראפע.

צווישן די באקאנטע לענדער אויף וועלכע מיר וועלן זיך 'נישט' קאנצטעריען זענען פראנקרייך (צרפת), שפאניע (ספרד), פארטוגאל, איטאליע, טערקיי, און נאך.

די לענדער אין מזרח אייראפע זענען: רוסלאנד, אסטאניע, לאטוויע, ליטע, פוילן, ביעלארוס, אוקריינע.

אין צענטראל אייראפע: דייטשלאנד, טשעכיי, סלאוואקיי, שווייץ, עסטרייך, אונגארן, ראמעניא.



פולין PL


(טייטש: טאל, מישור, א נידריגע פלאץ צווישן בערג).

(אין די חסידישע וועלט איז באקאנט דער טייטש אלץ: אויס'פועל'ן אלעס גוטס).

היינט אין פוליש: פולאסקא (טייטש: לאנד פון פעלקער).

גייאגראפיע:

פולין ציט זיך אויף א שטח פון 312,677 קמ"ר, עס גרעניצט זיך מיט זיבן לענדער און איין ים. דער הויפט שטאט איז ווארשא, פולין פארמאגט 42 מיליאן איינוואוינער.

אנדערע גרויסע שטעט זענען: קראקא וואס איז אמאהל געווען די הויפטשטאט אין לויף פון 500 יאר, לאדזש, פאזנען, וועראצלאוו (ברעסלאו), געדאנסק (דאנצוג), שטשעטשין, קאטאוויץ.

די זיבן לענדער וועלכע זי גרעניצט זיך זענען וואו פאלגענד: דייטשלאנד אין מערב, טשעכיי און סלאוועקיי אין דרום, די פעלקער פארבאנד אין מזרח און צפון מזרח (אוקריינא, ביעלארוס, ליטא, רוסלאנד), ביי צפון זייט גרעניצט זיך זיך מיטן באלטישן ים.

מער פון זעכציג פראצענט פון די פולישע בירגער וואוינען אין שטעטלעך און דערפער, די איבעריגע וואוינען אין די גרויסע שטעט וואו קראקא, ווארשא, א.ד.ג.

פולין האט זיך אין די לעצטע יארן גאר אסאך געריקט אויף פאראויס מיט דעמאקראטיע און מאדערנקייט, עס איז אינגאצען נישט צוצוגלייכן צו וואס פולין איז געווען ביז די תש"נ יארן, אלע באקוועמליכקייטן וואס מען געפינט אין אמעריקא איז דארט אויך דא צו געפינען, אבער פונדעסטוועגן ווערט נאך די טראדיציאנאלע אלטמאדישקייט אפגעהיטן אין די קליינע דערפלעך, צווישן זיי רוב פון די קברי צדיקים וואס מיר פארן ארום.

באזוכען אינסטראקציע'ס:

מען מעג אריינברענגען אין פולין בלויז ביז 5000 יורא.

דער פולישער מטבע איז דער זלאָטע, וואס דאס ווערט צעטיילט אויף 100 גראָשין. 5 ערליי שטרות איז דא דארט, וואו פאלגענד: 10, 20, 50, 100, 200 זלאטע'ס. און 9 ערליי מטבעות: 1, 2, 5, 10, 20, 50 גראשין.

דער צוגלייך צו אויסלענדישע מטבעות איז וואו פאלגענד: אמעריקאנער 1 דאלער: 4.03 זלאטע. ארץ ישראל'דיגע 1 ש"ח: 0.96 זלאטע. 1 יורא: 3.70 זלאטע.

מען קען איבעראל געפונען געוועלבן וואס זענען געאייגנט אויפצוטוישן מטבעות, אין פוליש ווערט דאס גערופען "קאַנטאָר".

פּאָסט וואס מען שיקט ארויס פון פולין וועט אנקומען אינדרויסן פון אייראפע נאך צוויי וואכן. דער פרייז פאר א סטעמפ איז 2 זלאטע.

די מעגנאטישע קאָלינג קארד'ס וואס מען דארף אריינלייגן אינעם פאבליק טעלעפאן סיי ווען און סיי ווי אימער מען וויל רופען, איז דא דריי ערליי: 1וואס מען קען רופן 25 מאהל (פרייז: 11.30 זלאטע), וואס מען קען רופען 50 מאהל (פרייז: 20.40 זלאטע), און 100 מאהל (פרייז: 37.20 זלאטע). נעמט אינאכט אז נאך יעדע דריי מינוט וואס מען רעדט גייט דאס שוין אריין צום קומעדיגע מאהל. אזוי א א קאלינג קארד וואס האט צ.ב.ש. 25 מאהל קען מען רעדן בלויז 75 מינוט.

ווען איר וועט רופען א נומער וואס האט בלויז 6 נומערן וועט איר הערן אויפן טעלעפאן אויף פארשידענע שפראכן (אויך ענגליש; ווארט מיט געדולד) אינסטרוקציעס וואספארא נומערן צו ניצען.

אויב די נומער וואס איר רופט הויבט זיך אן מיט די נומער:

1 אדער 2- לייגט צו 4 אנפאנג פונעם טעלפעאן נומער.

3, 4 אדער 5 - לייגט צו 6.

6, 7, 81, 83, 84, 85 - לייגט צו 2.

86, 87, 88, 89 - לייגט צו 3.

ווען איר רופט פוןן פולין צו פולין, דארפט איר דריקען צום ערשט 0, דערנאך דעם עריע קאויד 1033, 1044, 1055 אדער 1066, ווענד זיך פון וועלכע טעלפאן קאמפאני איר רופט, דאן דעם נומער.

פון פולין צו ארץ ישראל דארפט איר דריקען 00-972 און דאן דעם נומער (נישט קיין 0 פאר די נומער).

פאר הילף דריקט 913 צו וויסען טעלעפאן נומערן פון יענעם פלאץ; 912 פאר גאנץ פולין; 908 פאר די גאנצע וועלט, פונדעסטוועגן זייט געראכטן אז דער אויפן אנדערן זייט טרייבל וועט נישט קענען קיין ענגליש.

א פעקס קען מען שיקען פון יעדן פאסט אפיס, מיטן באצאלן די זעלבע פרייז וואו סתם א טעלעפאן-רוף.

פאר עמורדזשענסי -ארבעט די פאלעגנדע נומערן פאר אומזינסט 24 שעה א טאג: 998 פייער-לעשער, 999 אמבאלאנס; 997 פאליציי (אדער 112 פון א סעליולער טעלעפאן). און וואו אויבענדערמאנט זייט געראכטן אז דער אויפן אנדערן זייט טרייבל וועט נישט קענען קיין ענגליש...

די פולישע חגאות זענען וואו פאלגענד: יונואר 1; מאי 1; מאי 3; אוגוסט 15; נובמבר 1; נובמבר 11; דצמבר 25-26.


טעקסי:

היסטאריע פון פולין: די גרעניצען פון פולין האט זיך שטענדיג געריקט איהין און אהער, אויך זענען געווען צייטן ווען פולין איז בכלל נישט ערשינען אויפן מאפע.

ראמעניא



גייאגראפיע: ראמעניא ציט זיך אויף א שטח פון 237,500 קמ"ר (10 מאל גרעסער פון ארץ ישראל, און איז אויך גרעסער פון אונגארן און בולגאריע צוזאמען), די קארפאטע בערג פאנעמען א דריטל פונעם לאנד.

53 פראצענט בירגער וואוינען אין שטעט און דערפער, די איבעריגע אין די גרויסע שטעט וואו בוקארעסט, קאנסטאנצא, יאסי, טימישארא א.ד.ג.. 1 פראצענט פונעם פאלק זענען נאך היינט אידן. ענגליש איז דער צווייט-שפראך אינעם לאנד.

אמעריקאנע בירגער קענען זיין אין ראמעניא ביז 30 טעג אן א וויזע, פון ארץ ישראל דארף מען אייביג א וויזע.

מען מעג אריינברענגען אין לאנד ביז 10,000 דאלער.

דער געלט אין ראמעניא איז 'ליי' (איינצעלנע איז 'לעאָו').

3 ערליי מטבעות איז פארהאן: 50, 100, 500 ליי, און שטרות איז פארהאן 5 ערליי: 1000, 5000, 10,000, 50,000, 100,000 ליי.

עס וועט זיין קאמפליצירט צו צוגלייכן דער ליי מיט אויסלענדישע געלט; 1 דאלער באטרעפט 6,753.77 ליי, און 1 ש"ח באטרעפט 31068 ליי.

זייט געווארענט: אויפצוטוישן געלט אויפן גאס איז א סכנה, עס איז נישט געזעצליך און דאס איז דער שנעלסטער וועג אריינצופאלן אין די האנט פון די פאליציי!, מען מעג בלויז אויפטוישן ביי די געוועלבן וואס זענען געאייגנט דערפאר, וואס דאס קען מען געפונען איבעראל.

דער פרייז פאר א סטעמפ איז.40 אדער 0.55 צענט -ווען מען שיקט צו אייראפע, און קיין אמעריקא איז 0.60 אדער 0.75 צענט.

אויך דא ברויך מען זיך באניצען מיט די מאגנאטישע קאלינג קארד'ס, וואס דער פרייז דערפאר איז 1.60 דאלער, אדער 3.10 דאלער.

אויפצוטוישן א קאלינג קארד וואס עס האט זיך אויסגעליידיגט אינמיטן רעדן, דרוקט דעם K קנעפל אויפן טעלעפאן, דאס וועט אויסנוצען די לעצטע ביסל קרעדיט וואס איז נאך געבליבן אינעם קארטל, אינדערצווישן קענט איר אריינלייגן דעם פרישען קארטל אן דעם וואס דער שמועס זאל ווערן איבערגעהאקט.

א פעקס קען מען שיקען ביי יעדן פאסט אפיס פארן פרייז פון 2 דאלער א בלאט, אנצונעמען א פעקס איז דער פרייז 1 דאלער.

דער זומער זייגער אין ראמעניא הויבט זיך אן סוף מערץ, און ענדיגט זיך סוף אקטאויבער.

די עמורדזשענסי נומערן אין ראמעניא זענען וואו פאלגענד: פאליציי 055, אמבאלאנס 061. (עס איז דא אין פלאן צו ענדערן די נומערן עס זאל ענדלען צו די עמורדזשענסי נומערן פון גאנץ אייראפע, אבער בעת'ן שרייבן די שורות איז דאס נאכנישט געענדערט געווארען).

די ראמעניש חגאות זענען וואו פאלגענד: ינואר 1-2, דצמבר 1, דצמבר 25-26.

א פרייליכע און געשמאקע רייזע.!.!.


תוקן על ידי - אהליצדיקים - 06/12/2004 4:16:39



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2004 19:41 לינק ישיר 

באקומען אין אישית:

תיקונים קטנים:


אזיע איז גרעסער ווי אייראפע דעריבער שרייבט מען ערשט אזיע.

אין יענע צייטען זענען נישט געווען אריין גערעכנט די שטעט פון וואהלינער גובערניא (אוקראינה, פולין) און אוודאי נישט ווייס רוסלאנד אין אייראפע, ערשט שפעטער צווישען די צוויי וועלט מלחמות.

מישור מיינט נישט קיין טאל, מישור מיינט א גראדע פלאץ עס קען זיי א מישור אויף א בארג פון אינטען די בארג ביז אויבען אויב עס גייט אויף א גראדע אופן. פולין באשטייט טאקע פון א מישור דאס הייסט רוב מדינה איז גראד.

ורוצלב איז ברעסלא.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2004 17:49 לינק ישיר 

אט דאס האב איך געענפערט דארט:
ליתר דיוק
רוסלאנד (סיביר) איז אסאך מער מזרח ווי טשיינע (אפילו מער פון דזופען און אוסטרליה וואס דאס איז אויך מער מזרח פון טשיינע)

מ'ציטיילט מזרח מיט מערב גיאוגרפיש, ווי פאלגענד:
די טאג הייבט זיך און צווישען אלאסקא און סיביר (בערינג) און עס ענדיגט זיך אין מיט'ן איראפע אין ענגלאנד ביים גריניץ' (און נישט ביים אטלאנטיק).
אין ערגעץ רופט מען נישט אן אייראפע מזרח חלק פון די וועלט נישט גיאוגראפיש און אוודאי נישט מענטאליש, אין די אלטע היסטארישע ביכער ווי למשל די מלחמה פון נפוליאן ווערט עס אנגערופען אויפען גרעניץ פון מזרח אין מערב.

בעצם די טייטש ווארט פון אוראפ מיינט 'מערב'.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/12/2004 15:42 לינק ישיר 

דאס זענען תגובות וואס זענען צוגעקומען אין "חדשות אנ"ש":

==========
כורמיזא

איך האב דארט אריין געקוקט עס זעט אויס אביסעל אינטערעסאנט, אבער נישט מדויק.

איך האב אנגעהויבן צו ליינען און איך זע אז עס איז נישט ריכטיג האב איך אויף געהערט צו ליינען.

אט דאס איז דארט געשטאנען גאנץ אנהייב:
אייראפע וועלכע געפינט זיך אין דער מזרח העלפט פונעם גלאויב ווערט אין אלגעמיין איינגעטיילט אין פינף אפטיילונגען: מזרח מערב דרום צפון און צענטראלע.

ווייל עס איז איין יבשה הייסט דאס שוין מזרח זייט פון די וועלט? אפשר איז אפריקע צפון זייט ווייל עס איז איין יבשה (היינט צו טאג איז עס אדארעך געשניטען מיטן סואס קאנאל אבער עס פלעגט זיין איין יבשה) חוץ פון דעם פון ווי הייבט ער אן צו רעכענען מזרח???

--------------------------------------------------------------------------------

iraq4002

אנטשולדיגט,

פון כינע ביז צום אטלאנטיק ווערט אנגערופן די מזרח וועלט, און פון אטלאנטיק ביז צום פאסיפיק - לענגאויס אמעריקע - הייסט די מערב וועלט.

די לענדער וועלכע זענען געווארן דעמאקראטיש אויפן אמעריקאנער שטייגער הייסן אויך די מערב וועלט, צב"ש ענגלאנד און פראנקרייך וכו', ווייל ערשטנס זענען זיי אידעאלאגיש ווי אמעריקע וואס איז אויף מערב זייט, און צווייטנס זענען זיי נאך אלץ צו מערב פון רוסלאנד און כינע וכו' וועלכע מאכן אויס די קאמוניסטישע מזרח וועלט. אמת, רוסלאנד איז שוין היינט אויך היבש דעמאקראטיש, אבער די שפראך איז געבליבן פון די קאלטע קריג עד היום הזה.

ביי ביי


תוקן על ידי - אהליצדיקים - 06/12/2004 15:47:24



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > באהלי צדיקים > וואס מיינט - אייראפע, פולין, ראמעניא?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext