בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

דער רבי זיע"א מיט הרב שטינמן יבלח"ט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/12/2004 11:52 לינק ישיר 
דער רבי זיע"א מיט הרב שטינמן יבלח"ט

איך האב געזען אין "בחדרי חרדים" אגאנצע טומעל וועגן אמעשה וואס איז געווען די וואך אין "בקהילה" לכבוד כ"א כסלו מיט דער רבי זיע"א וואס האט געלאזט רופען צו איהם אין דער שוויץ מרן הגה"צ הרב שטיינמן שליט"א. ווער ס'קען דא ארויף ברענגען זאל עס טוהן לטובת הציבור.
אגב איך קען שוין די מעשה אסאך יאהרן, איך האב עס געהערט עפעס אנדערש פון וואס איז געשריבן דארט. לויט ווי איך ווייס די רעבעצין שטינמן ע"ה שטאמט פון אחסידישן שטוב און פאר זיי זענען ארויף געפארן קיין אר"י האט זי געוואלט גיין צום רבי'ן נעמן א'ברכה.
דער רבי זיע"א האט איר געפרעגט ווי אזוי נעמט מען אחריות אין אזעלכע שווערע צייטן ווען ס'איז דא שווערע נסיונות אין אר"י פארן איונגע פארפאלק? וואס וועט זיין מיט די קינדער?
האט זי גיענטפערט אז מיט אזא מאן ווי זי האט איז נישטא קיין חשש. דער רבי האט איר געבעטען צו זי קען איהם שוקן צו איהם, ווייל טאמער ער איז טאקע אזוי גרויס ער וויל איהם קענען.
הרב שטינמאן שליט"א איז טאקע געקומען צום רבי'ן, און ווי איך האב גיהערט, דער רבי האט געשמועסט מיט איהם אלאנגע צייט, נאנט צו זעקס שעות בעיקר און ענייני תורה (מ'דערציילט אז דער עיקר שמועס איז געווען בענייני קבלה), צום סוף האט איהם דער רביזיע"א איהם געבעטן צו איבער קוקן געויסע זאכן און דעם באנייען יישוב אין אר"י צו ער קען זיך באזעצן דארטן. דער המשך איז אזוי ווי ס'שטייט דארטן.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2004 12:47 לינק ישיר 

איך פראביר עס ארויף ברענגען
http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1208510



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2004 17:28 לינק ישיר 

איך פארשטיי אינגאנצן נישט דער סאטמערע חסידים וואס זיי קאמאנדעווען אין "בחדרי חרדים" אנקעגן די מעשה, (בפרט דער וואס חתמ'ט אונטערן נאמען ליברטי), מ'האט געבויט א'גאנצע מעשה פון שקרים אויף דער גאו"צ הדור כאילו ער האט עפעס א'שייכות צום "נחל חרדי", און שפעטער האט מען אקשיא אופן רבי'ן אז ער האט איהם אזוי געשיצט אלס יונגערמאן, איז דער מסקנא אז די מעשה איז שקר, אפילו אז צענדליגע מענטשן זאגן עדות אויף דעם, סיי מ'האט דאס געהערט פונם רעביצין אליין די בעלת מעשה, און סיי פון רבי יואל אשכנזי ז"ל, און סיי פון בריסקער רב'ס זוהן רבי יאשע בער זצ"ל וואס ער האט ממלא געווען די שליחות צוזאמען מיט יבלחט"א מרן שליט"א.
ס'איז זייער אגרויסע וואונדער אויף זייער גאנצע וועג.
ווער עס געדענקט די גרויסע עצרת אין ככר השבת אנקעגן נחל חרדי, צו דארטן האט מרן הרב שטינמאן שליט"א געשיקט א'בריוו מיט הגה"צ ר' דן סגל דער משגיח, וואס האט עקלערט זיין גאנצע מיינונג ארום די גאנצע פרשה, ער האט געשריבן אז ער האט גארנישט קיין שייכות צום גאנצן נחל חרדי, די גאנצע זאך איז אז ער וויל נישט מוחה זיין אנקעגן דעם, ווייל לויט ווי ער ווייסט, דער נחל חרדי נעמט סיי ווי נאר בחורים וואס זענען שוין מחללי שבת ועוברי כריתות, וואס שאדן אף אונזער גאנצע מחנה, און מיר קענן נישט מונע זיין פון אזעלכע זאלן זיך ראטעווען דארט, און אפילו אויב זיי וועלן נישט ראטעווען דארט, מיר האבן נישט אחריות אוף זיי. אבער טאמער מ'נעמט חלילה בחורים וואס האבן נאך אמינימאליש שייכות צו ישיבה איז א"עוון פלילי" זיי צונעמען און מ'דארף עס מונע זיין בכל דרך, אזוי האט מרן שליט"א געשריבן און דעם בריוו.
דער וואונדער איז אז די עסקנים דארטן האבן נישט געלאזט הרב סגל צו רעדן און פארליינען דאס בריוו, זעט אויס אז זיי מיינען גארנישט אנקעגן נחל חרדי זיי מיינען בלויז אנקעגן גדול הדור, בבחינת שנאת ע"ה לת"ח.
אגב, ס'איז כדאי צו באמערקן אז במרוצת השנים איז געוואור געווארן אז מרן שליט"א איז געווען גערעכט, אין קיין איין ישיבה בחור איז נישט אנגעקומען אהין, נאר אזעלכע בחורים וואס בלאו הכי זיינען געווען אויפן גאס, מחללי שבת ועוברי כריתו, און ס'איז באקאנט אז ס'איז געווען דארטן בחורים וואס האבן געגעסן יו"כ.
נאך אזאך איז כדאי צו באמערקן אז נישט נאר הרב שטיינמן האט נישט געוואלט חתמנ'ן אנקעגן נחל חרדי, אויך הרב אלישיב און רבי חיים קניבסקי און רבי נסים קארעליץ און נאך האבן ניש געוואלט חתמנ'ן אויף דעם, איז פארוואס טעשפט מען זיך נאר מיט מרן הרב שטינמן?
דאס ווייסט אוף קלאר אז די גאנצע זאך איז א'רדיפה אישית אנקעגן הרב שטינמן, און ווער איז באקאנט ס'איז אנגעקומען פון אפאר ליטוישע קרייזן וואס האבן נישט פארגינט אז ער האט יורש געווען דאס בענקל פון הרב שך ז"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2004 19:14 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט וויאזוי איינער וואס רופט זיך א סאטמעררער זאל זאגען אויף הרב שטיינמאן "מרן", עס גגייט נישט צוזאמען!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/12/2004 23:18 לינק ישיר 

SIM
אויב די וואלסט געליינט ליבערט'ס הגיגים וואלסטו געוויסט אז ער איז נישט קיין סאטמארער נאר פון די פורשים פון מתמידים.

זיין איינציגע שייכות וואס ער קען האבען מיט סאטמאר איז אז ער איז פון די שמוציגע פיסקעס ירושלימער ליידיגייער וואס פון מאל צו מאל זאלען זיך הערן אין סאטמארער בית המדרש אין ירושלים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2004 00:04 לינק ישיר 

ווי אלט איז שטיינמאן היינט צו טאג?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2004 15:16 לינק ישיר 

העכער ניינציג בלעה"ר לאיוש"ט.
צו צבידפ: איך מיין אז סאטמער איז נוהג מיט אן עולה כלפי הרב שטיינמן וואס איז היינט איינער פון גדולי הדור בכל התחומים, און צוליב עלילות רשע פון אפאר אינטערסאנטן באשמוצט מען איהם על לא עול בכפיו, און אדרבה ער איז אסאך נאנטער צו סאטמערע השקפות, אויסער די בחירות, און זיין ישיבה "גאון יעקב" נעמט נישט געלט פון דע מדינה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/12/2004 17:12 לינק ישיר 

sim
אלץ פיין און וואויל, אבער פון זאגען אז ער איז "נאנט" צו מיינע השקפות ביז צו רופען "מרן" איז נאך גאאאאר א ווייטע וועג!

גאון יעקב איז א חלק פון קרן הצלה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > דער רבי זיע"א מיט הרב שטינמן יבלח"ט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext