| נשלח ב-9/12/2004 05:03 |
|
| |
אינגערמאן פארמשפעט אויף א יאר תפיסה
איך האב געהערט א האלבע מעשה.
צוויי אינגעלייט זענען געפארען אין א קאר, עס איז געשעהן א געפעהליכע עקסידענט דורעך דעם וואס דער דרייווער איז אדורעך געפאהרען א סטאפ סיין, און דער פאסענדזער איז נעבעך געשטארבען, און דער דרייווער איז קוים ארויס מיטען לעבען.
דער וואך איז דער דרייווער פארמשפט געווארען אויף א יאר תפיסה.
ווייסט איינער מער פרטים?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2004 19:40 |
|
| |
היינט איז געווארען א מצב אז מען דערשרעקט זיך ניט שטארק פון א צעטל א פאשקוויל, אפילו פון א רבנישער סירוב.
ליידער.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2004 19:11 |
|
| |
איך מיין דער עיקר פראבלעם פין דעם אינגערמאן איז, אז ער האט נישט געהאט קיין חברים וואס זאלען טוהען פאר אים. אויב מען וואלט געמאכט צעטליך קעגען די משפחה, וכו', וואלטען זיי שוין אנדרעש געטראכט.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/12/2004 08:29 |
|
| |
נאך אײן פונקט:
דער אינגערמאן װאס איז געהארגט געװארן האט נישט אנגעהאט קײן סיטבעלט
דער דרײװער װאס איז געבליבען לעבן האט יא אנגעהאט סיטבעלטס
אפשר קען זײן אז דער דרײװער איז נאך װײניגער װי א שוגג?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2004 21:51 |
|
| |
אל תדון את חבירך עד שתגיע למקומו
ושאף אחד מכם לא יגיע לשם
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2004 17:51 |
|
| |
נאר כדי אביסעל מלמד זכות זיין אויף די משפחה פינעם הרוג, א גואל הדם האט די רעכט צו הרג'נען דער וואס האט געהארגעט אפילו בשוגג, איז ממילא ווען זיי האבען אים געשיקט אין תפיסה איז זיכער נישט ערגער פין הרג'נען.
כאמור דאס איז נאר א לימוד זכות
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2004 16:46 |
|
| |
עס איז זייער מיאוס צו שרייבן ווען מען ווייסט נישט.
דער אינגערמאן איז דורעכגעפארן א stop sign. אבער צו ווייסט איהר אז דריי מענטשען זענען געהרגעט געווארען ביי דעהם זעלבען stop sign? די intersection איז איינע פון די most dangerous אין גאנץ פענסילוועיניע! עס איז זייער גרינג צו פארפאסן די stop sign.
אויך, עס איז נישט דא קיין שום עידות וואס האבן געזעהן ווי ער פארט דורעך דעהם stop sign! די לאקאלע פאליציי'ס מבינים האבן לויט די skid marks באשלאסען אז מען איז מסתמא דורך געפארן דעהם stop sign.
מעשה שהי' כך הי'... די אינגערמאן איז געווען א זייער גיטע חבר מיטן נפטר. זיי זענען ביידע אין די used car ביזנעס און זענען געפרען צוזאמען צום auction. די אינגערמאן איז געווען די דרייווער. אויפן וועג איז גישעהן די טראגעידיע און די חבר איז ל"ע אוועק. דער אינגערמאן איז געווען אין שפיטאל און נאר מיט גרויסע ניסים זיך ערהוילט. ער האט נישט באקומען קיין שום summons וועגן דעהם עקסידענט.
איך וויל נישט שרייבן ציפיהל, אבער ליידער יד ישראל באמצע. משפחה פונעם נפטר האבן שווער געארבעט מען זאל איהם קלאגן. א געוואלד רבנים האבען פרובירט צו פועל'ן אבער זיי האבן נאר געוואלט...
He has to pay!
די prosecutor האט קלאר געזאגט די גאנצע צייט אז זיי וולען דראפען דעהם קעיס אויב די משפחה הייסט.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2004 07:09 |
|
| |
עס איז יד ישראלית באמצע.
די אלמנה האט געבעטן די פענסילװניא proscuter פאר קרימינאל charges קעגן דעם דרײװער, מען האט עם געקלאגט מיט 3rd דיגרי murder or manslaughter
װאס האט זי פון דעם װײס אוך נישט, איר מאן ע''ה װעט נישט צירוק לעבעדיג װערן
אבער נאך א משפחה גײט יעצט זײן אָן א ברויט געבער פאר א יאָר 
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2004 06:10 |
|
| |
אנטשולדיגט מיר, חס ושלום, דער אינגערמאן איז א גרויסע רחמנות און איך שוין איהם זייער שטארק!, איך האב געזאגט קלאר אז כ'רעד נישט פון דעם אינגערמאן, נאר צו די אויבער חכמים וואס מיינען אז דאס א חכמה...
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2004 05:47 |
|
| |
יצמח
וואס איז שייך דא, יד ישראל באמצע, דו ווילסט מיר זאגן, אז א איד, האט בא'איינפלוסט די פענסליוועניע אויטאריטעטן, אנצוקלאגן דעם דרייווער??????????....................
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2004 05:45 |
|
| |
רעב חסיד
איך ווייס אז די ביזט א לאו אביידינד סיטיזען
אויך איז אמת, אז אריבער פארן א סטאפ סיין, איז אומפאראנטפארטליך
אבער, פון דא, ביז אונזער מעשה, איז פאלג מיר א גאנג, און דוקא א לאנגע שפאציר
אז די ווילסט דוקא העצן, האלט אן, נאר אויף מיינע שונאים, אזעלעכע זכותים
אנטשולידיגט, אויב די רעדסט בכלליות, נישט בפרטיות, פון דיינע ווערטער, זעהט אויס אז די רעדסט בפרטיות...........
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2004 05:44 |
|
| |
איך ווייס נישט צי עס פעלט אויס צי שרייבען אבער ליידער יד ישראל באמצע.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2004 05:27 |
|
| |
ס'איז באמת א גרויס רחמנות אויף דעם אינגערמאן און זיין משפחה
אבער מכאן הקריאה יוצאת, צו די אלע אויבער חכמים וואס מינען אז אריבער פארן סטאפ סיינס איז א חכמה.....
דאס איז סכנת נפשות, און קען האב ערענסטע קאנסעקווענצן
דאס האט נישט מיט'ן עשיו שונא ליעקב....
|
|
|
|
| נשלח ב-9/12/2004 05:23 |
|
| |
ס'איז נישט די האלבע מעשה
דאס איז ליידער די גאנצע מעשה
די גאווערמענט פון פענסליוועניע, ווי דער עקסידענט האט פאסירט, האט באשלאסן, צו אנקלאגן דעם דרייווער,
און זיי האבן אים פאר'משפט צו א יאר תפיסה, השם ירחם
זעהט אויס אז דער אינגערמאן איז געווען דער לעצטער פארברעכער אין דעם סטעיט,
הלכה הוא בידוע, איז גילטיג אויך אין פענסליוועניע,
|
|
|
|
|