אלטץ איז יענער שולדיג
עס טוט זיך א געיעג מ'דארף שוין באלד צינדען חנוכה לעכט, עס איז נישטא קיין איבעריגע אינטש אין מקוה, פארפאלען דא אין ארץ ישראל גייט יעדער אין מקוה פאר'ן אנצונדן די מנורה.
איך בין נארוואס פארטיג געווארען איך גרייט זיך שוין ארויס צוגיין, לעבען מיר שטייט איינער און טוט זיך אן די זאקען אויפ'ן רעכטע פוס שטייענדיג אויפ'ן לינקע פיס, און אינמיטען לויפט דארעך א בחור'ל פון די צעירי החסידים מיט התלהבות דקדושה און באמערקט גארנישט אז ער האט אריין געקראכט אין דער וואס שטייט לעבען מיר און ער איז זיך ווייטער געלאפען זיין וועג, א קיצער דער וואס איז געשטאנען לעבען מיר האט מקיים געווען א זיבעטעל פון די 'שבע יפול צדיק'. ער שטעלט זיך אויף און נעמט זיך רעגען: אזעלכע ווילדע מענטשען מ'קען נישט אכטונג געבען וואס מ'טוט.
ער בלייבט רואיג א מינוט זאג איך אים, קודם כל איך האב עס נישט געטוהן ממילא דארף איך נישט כאפען דעם פסק אויף דעם. און חוץ פון דעם איך מיין אז איר זענט אויך אביסעל שולדיג אז איר זענט אראפ געפאלען. דא עפענט ער שוין אויף זיין אויגען גרויס כאילו וואס הייסט איך בין שולדיג.
זאג איך אים אז:
1. ווען מ'שטייט אויף איין פיס, און
2. נאך דערצו די לינקע, און
3. אנע שוך, און
4. די פלאר איז גליטשיק, און
5. מענטשען גייען און לויפען כסדר אריבער
איז דא מער אויסזיכטען זיך אויסצוגליטשען ווי צו בלייבן שטיין.
 |
|
|