בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

איז דעס דער רייכסטע היימישע איד, בעולם?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/12/2004 19:06 לינק ישיר 
איז דעס דער רייכסטע היימישע איד, בעולם?
מצורף קובץ

קבלתי היום במייל - האם זה נכון? ואם כן מי זה?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2004 16:22 לינק ישיר 

נומבער 1 איז פרישוואסער, פרעג עני אדמו"ר, ראש ישיבה, משולח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2004 20:28 לינק ישיר 

חיים יודא גאלדשטיין?
יחזקאל בראך?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2004 20:18 לינק ישיר 

4) הערשי פר"מ, פון מאנטריאל
5) ניסן לעווי פון וויען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2004 20:14 לינק ישיר 

צוריק צום אריגינעלע שאלה - איז דעס דער רייכסטע היימישע איד, בעולם?

רייך מעסט זיך נישט מיט געלד אין באנק אדער אין נכסים, נאר וויפיל גמ"ח עס ווערט געטוהן מיט דעם.

יעצט רעכנט'ס אויס די צעהן גרעסטע אידישע (שומרי שבת) תורמים פון די לעצטע צעהן יאר?

מיין רשימה וואלט זיך אנגעהויבן מיט 1. גוטניק 2.רייכמאן 3. לביויב 4. נו העלפטס ארויס...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/12/2004 18:03 לינק ישיר 

זיי זענען ביידע גאליציאנער אבער די פרישוואסערס ROSE ABOVE IT!
ענגלענדער האט געטאפעלט די געלט אין איין יאר!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2004 15:16 לינק ישיר 

מצורף קובץ

פון די ענגלישע טיימס:
ער האט פאריאהר פארדינט בערך 78 מיליון פונט ד.ה. בערך 10 טויזנט פונט (כמעט 20 טויזנט דאללער) א שעה!!!!!
זיי מעשר דארף צו זיין כמעט 8 מיליון פונט, ער מסתמא קיין מעשר פון זיין מעשר אויך נישט געגעבן. (ער האט מיר געגעבן איין פורים א 3 פונט וואוטשער)
דאס אויבענדערמאנטע געלט איז נישט אריינגערעכנט די שווארצע געלט וואס ער כשר'ט דורך רבי מאיר בעל הנס דא אין ענגלאנד.
גענוג לשון הרע..

לעומת זה די פרישוואסער ברידער איז באקאנט מיט זייער צדקות (מינימום 72 פונט נתינות - אינמיטן יאהר), האבן פאריאהר פארלוירן געלט!!!!

פרעג איך יעצט ווער איז רייכער.

תוקן על ידי - יוסעלע - 13/12/2004 15:28:23



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2004 11:55 לינק ישיר 

די פרישוואסערס פאקן איין אלי'ש אין קעשענע, בפרט מיט זייערע צדקות וואס זיי טיילן אויס (קארג איז נישט די ווארט פאר אלי'ש).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2004 03:32 לינק ישיר 

יוחי, די רעדסט פון א צייט וואס אסאך אונגערישע "היימישע" סאטמארע אידן האבן נישט געלאזט די בארד, שנית, דער סאטמארע רבי וואלט נישט געגעבן די פלייש פאר לבייב, ואכמ"ל.

היימיש ביי מיר מיינט אונזער קרייז, נישט א פרומער איד.

עניוועי מען פארקריכט פונעם נושא, איז בלייבט ר' לוי לבייב נומבער 1 ר' אליש נומבער 2 ?

תוקן על ידי - usa44 - 13/12/2004 3:39:14



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2004 22:30 לינק ישיר 

א ביליאנער'ס זון קען זיך נישט פארשאפען א בעסערע שטריימל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2004 22:24 לינק ישיר 

USA
איך "מוז" מסכים זיין מיט YOHCEE, כאטש ס'טוט מיר זייער וויי
I WAS BEING SARCASTIC!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2004 21:00 לינק ישיר 

USA

אהה שוין דו ביסט זיך מחולק מיט דעם סאטמאר רבי זצ"ל???
ער האט איבער געגעבען זיין נאמנות אויף כשר פלייש צו אחים וויינשטוק MEAL MART נאר ווייל זענען געוועהן לפי דעתו 'היימיש'...

דעם לעצטע מאהל ווען איך האב זיי געזעהן האבען זיי נאך אלץ נישט געהאט בארד אין פאות...

אפשר ווילטו מאכן פשעטליך אבער פרעג סיי וועהם אין סאטמאר וועט מען דיר זאגען אז די וויינשטוק משפחה איז 'היימיש' 100%

גיי ווייס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2004 20:33 לינק ישיר 

מצורף קובץ

א היימישער מיינט א איד מיט בארד און פיאות פלוס נאך א געווייקטע חסיד. (צבי נאכן פאוסטן מיין הודעה זעה איך אז דו האסט אויך אזוי געשריבן).

דא האסטו א בילד פון ר' לוי לבייב.

תוקן על ידי - usa44 - 12/12/2004 20:40:30



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2004 20:27 לינק ישיר 

לבייב איז אפשר א חרדי, אבער היימיש?

איך מיין אז ער ווייסט אפילו נישט וואס דאס ווארט 'היימיש' מיינט.

נאר דער וואס ווייסט דעם באדייטונג פון דעם ווארט קען מען דן זיין צו עס פאסט זיך פאר איהם.

ווי אזוי זאגט מען 'היימיש' אויף בוכאריש?

Please post here

ווייל אויף ענגליש ווייס איך אויך נישט דעם פאסיגער איבערזעצונג פון דעם ווארט.

אפשר קען מיר איינער זאגען וואס איז 'היימישע חלה' ?

אדער 'היימישע מאסט'?

מיינט מען אפשר אז די בעלי בתים זענען היימיש? נו איז דען נישט די הערצוג פאמילע פון KEDEM היימיש?

אפשר מיינט דאס אז מ'האט געקוועטשט די טרויבען אין דער 'היים' אין בעיסמענט?

גיי ווייס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2004 20:10 לינק ישיר 

shia



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/12/2004 20:04 לינק ישיר 

יו עס עי
פארוואס איז לבייאוו נישט קיין היימישער? ווייל ער איז נישט קיין סאטמארער חסיד?

בכלל די לאנדאנער נומערן וויפיל געלט יעדער האט זאלסטו קיינמאל נישט גלייבן, יעדער ליגט דארט אין יענעמ'ס קעשענע, און מען ציילט יענעמ'ס געלט צען מאל מער ווי ער האט.

גיי ווייס וויפיל א יחיד פארמאגט, ער איז נישט אויפן סטאק מארקעט, אין ער גיט קיינען נישט קיין דין וחשבון וויפיל ער איז ווערט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > איז דעס דער רייכסטע היימישע איד, בעולם?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext