איינער האט אפשר א מושג ווי אזוי מען מאכט נקודות אין מייקראסאפט ווארד? וואס דארף איך טון צו פינטלען טעקסט?
טעקסט וואס איז שוין געפינטעלט קען איך קאפיען זייער פיין אריין צו ווארד, אבער אויב האב איך טעקסט וואס איז נישט געפינטלט און איך וויל עס זאל זיין געפינטעלט, וואס טוה איך?
נשלח ב-23/12/2004 22:17
א גרויסן ייש"כ, אבער איך האב נאר איין פראבלעם. ווען איך לייג אריין נקודות זעה איך עס פשוט נישט. איי ווי אזוי ווייס איך אז עס ארבעט? אין ווארד זעה איך ווי עס ווערט א ספעיס, און ווען איך קאפי און פעסט עס צו אן אנדערען פראגראם קען איך יא זעהן די נקודות. וואס איז פשט?