בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

די אכזרי'שע מדינת ישראל פאליציי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/12/2004 00:34 לינק ישיר 
די אכזרי'שע מדינת ישראל פאליציי

ביי אונז היימישע ערליכע אידן, די ברכים אשר לא כרעו לבעל, ווייסט מען דאך אז אלעס וואס מ'ליינט אין 'אונזערע' היימישע ערליכע צייטונגען איז תורת לאקשאן. און די גאנצע וועלט דרייט זיך ארום דעם. דארט הייבט זיך עס אן און דארט ענדיגט זיך עס. (ווי געוויסע מענטשן מיינען אז נאך פלאשינג עוו. פאלט מען אראפ).

עס איז אן אנגענומענער פאקט ביי אסאך היימישע אידן, אז נאר די ארץ ישראל'דיגע פאליציי זענען אזעלכע אכזרים, און שלאגן מענטשן - פרידליכע מוחים - אויף די גאס, מיט אזעלכע בארבארישע קלעפ, און ברוטאלע מכות רצח. ווי עס איז קלאר מבואר אין די בילדער פון דער איד/בלאט.

איך האב א בילד ביי מיר אין שטוב, ווי דא אין אמעריקא, ביי א געוויסן פראטעסט, שטייען די 'אמעריקאנע' ראיאט פאליציי, און פארטרייבן מענטשן. דו דארפסט זעהן די אכזריות דארט. איך מיין אז די ארץ ישראל'דיגע פאליציי קענען זיך פארשטעקן פאר די אמעריקאנע 'פיינע' דעמאקראטישע פאליציי. (ווען כ'וועל האבן א געלעגנהייט, וועל איך עס אפשר אריין סקענען).

נאר וואסזשע דען, דא פארשטייט יעדער, אז אויב א פראטעסט גייט ארויס פון די גלייזן, און מ'פירט זיך אויף ווי חיות [אנטשולדיגט, ווי א פרידליכער מוחה] מעג די פאליציי אפשטעלן די צעווילדעוועטע משוגעים. נאר אין ארץ ישראל טאר מען נישט.

דא וועל איך ברענגען א ווידיאו קליפ, פון אן אנדערן מקום. קוקטס ענק גוט צו וויאזוי די פאליציי פירט זיך אויף, טאקע צו פרידליכע מענטשן, וואס ווילן פארשטעלן א רעליגיעזע פארשטעלונג.

http://www.cbsnews.com/htdocs/videoplayer/newVid/small_player/cbsnews_videoplayer.shtml?clip=/media/2004/12/23/video662774.wmv&sec=202&vidId=202&title=Christmas$@$Clash$@$In$@$Peru&hitboxMLC=world

אגב. אויף זייער אסאך בילדער פון ארץ ישראל, קען מען זעהן ווי דער ארעסטאנט ווארפט זיך דירעקט פאר'ן בילד, עס זאל אויסקוקן מער דראמאטיש. און די איזראעלי שנארערס זאלן קענען אריין רוקן נאך א דאלער פון די אמעריקאנע טיפשים.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/12/2004 07:52 לינק ישיר 

די ציונים וואס האבען געארבעט פאר די מדינה, איז געווען צווישען זיי אזעלכע וואס האבען געוואלט אינטערברענגען אידישקייט, אבער די פרומע ציונים האבען דאס נישט געוואלט.

בריסקער רב האט גערעדט וועגען פארשידענע ציונים, נישט אלע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/12/2004 20:58 לינק ישיר 

שיע

אז די ביזט מחולק אז בריסקער רב האט עס נישט געזאגט, גוט איך הער.

אבער איין זאך איז קלאר, ס'איז דא רבנים, ווער רעדט שוין פון גדולי עולם זי"ע, אשר בזכותם אנו קיימים

און נאכדעם איז דא, פשוטע המון עם, צווישן זיי, גולשי הייד פארק, קומט א פארביטערטער שנה ופירש'ניק, און איז קלוגער פון בריסקער רב

פאר אים זאג איך, וואס ער וועט נאר אויפטרעפן, איז שוין געווען אזעלעכע אפיקורסים און פארביטערטע מענשטן ווי אים

און............... זיי זענען אנגעקומען

נאכאמאהל, נישט אז איינער האלט, אז די מוחים, זוכן עקשאן, און נאכדעם הייסן קדושים, נישט פון דאס רעד איך, אבער עס איז דא א "ליין" וואס ווען מען קראסט עס, מען גייט עס דורך, איז מען "נאנט" צו אפיקורסוס, מילד גערעדט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/12/2004 03:42 לינק ישיר 

kj
בריסקער רב שרייבט עס איז א ספר?
ווייל די זאגסט עס נאך פון חידושי הגר"ח מוז עס משיח ה מקבל זיין פאר תורת לאקשען?

איך זאג נישט אז וואס די פארציילסט איז נישט אמת, אבער די מעגסט פארשטיין עס איז דא נאך דעות אין דער וועלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/12/2004 02:36 לינק ישיר 

איך הייב הענט - איך געב אויף

האסט מיך באמת גוט אפגעפרעגט. כ'האב דיר נישט וואס צו ענטפערן.



תוקן על ידי - משיח_השם - 24/12/2004 2:37:20



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/12/2004 02:22 לינק ישיר 

מושיאך האשעם, דיין איי קיו, מוז זיין זייער הויך

אז אין דיין "גרויסער" 'ברייטער' קאפ, האט אפגעמאכט אז די ביזט קלוגער פון בריסקער רב זי"ע

ס'איז נאר פאסיג, דיין תגובה, ווייל אין די צייט, וואס די ענין צו די מוחים פראוועצירן נישט די פאליציי, איז קלאר יא אפען פאר וויכוחים, איז אבער דיין קלוגער זיין פון בריסקער רב, זייער פאסיג, צו -ווי עס זעהט אויס- וואס די ציהלסט מיט די תגלחת הנשים..............................



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/12/2004 01:34 לינק ישיר 

עס דערמאנט מיך, פון א דרשה וואס הרב טויב, דער מנהל פון צעהלים האט געזאגט בנוגע די מכה פון ארטיסטן אין וויליאמסבורג.

אז די ארטיסטן קומען קיין וויליאמסבורג נאר מיט איין ציל. זיי ווילן אונטערברענגען דאס אידישקייט אין וויליאמסבורג

עס איז דא א טעיפ דערפון און יעדער קען עס הערן.

כ'מיין טאקע אז זיי ווילן א מדינה נאר כדי צו קענען אונטער ברענגען אידישקייט.

חכם עדיף מנביא...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/12/2004 01:27 לינק ישיר 

משיח_השם

איך ווייס נישט וואס עס דיר שווער געווען

אבער פון דעם וועסטו נאר שווערער מאכן

................................................

ווען בריסקער רב זי"ע האט געזאגט אז די ציונים ווילן נישט אונטערברענגן אידישקייט, צו האבן א מדינה, נאר ווילן ענדערש האבן א מדינה אונטערצוברענגן אידישקייט, איז דאס געווען אין די בחינה פון חכם עדיף מנביא, היינט זעהט דאס יעדער

שלאגן מוחים, איז נישט די קרענק, עס איז איינע פון די סימפטאמען פון די קרענק, די זעלבע ווי פאלמעסן, חילול קברים, תוכנית ליב"ה, נחל חרדי

מילא חילול שבת, זוהמא, האט צו טאהן מיט וועלן שוואוילטאגן, נישט אז מען מעג, אבער דאס קען מען פארשטיין אז זיי ווילן א מדינה

אבער די ערשטע זאכן, איז קלאר, אז זיי ווילן די מדינה, אונטערצוברענגן אידישקייט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > די אכזרי'שע מדינת ישראל פאליציי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext