| נשלח ב-24/12/2004 02:02 |
|
| |
תגלחת הנשים
איך וויל אנפרעגן וועגן דעם מנהג ותיקין, וואס מ'האט זיך געפירט אין אלע מקומות אשכנז. און האלט נאך היינט אן ביי אלע ערליכע אידן. דער מנהג וואס פרויען שערן זיך אפ נאך די חתונה.
א - ווען האט זיך אנגעהויבן דער מנהג?
ב - ווער האט געמאכט דעם מנהג?
ג - פאר וועם האט מען מתקן געווען דעם מנהג?
ד - צוליב וואס האט מען מתקן געווען דעם מנהג?
ה - האט זיך אנגעהויבן דער מנהג אויף איין פלאץ און דערנאך זיך אויסגעשפרייט אויף אנדערע פלעצער. אדער האט מען איבעראל ווי דער מנהג איז געווען איינגעפירט, אנגעהויבן אויף איינמאל.
די שאלות זענען אוודאי נישט נוגע למעשה. ווייל יעדער ווייסט דאך וואס מ'האט צו טוהן. אבער ווער עס קען בארייכערן מיין ידיעה - און ווי איך שטעל מיך פאר נאך אסאך אידן וואס ווילן וויסן - למצוה גדולה יחשב.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2005 03:43 |
|
| |
דער קאמארנא'ר שרייבט, אז דער שטיקל 'שועת עניים אתה תשמע וכו' וואס מ'זאגט שבת צופרי ביי נשמת האט שבתי צבי אריין געשטעלט. און ער ברענגט א ראי' אז די ראשי תיבות פון די צוויי פסוקים - ש'ועת עניים, צ'עקת הדל - איז די זעלבע ר"ת פון זיין נאמען ש'בתי צ'בי.
נו וועסטו פרעגן די זעלבע קשיא, אזא הייליג שטיקל דאווענען, וואס אזויפיל ערליכע אידן, גדולים וקדושים, האבן זיך אריין געקאכט, און געזאגט מיט א פייער, זאל קומען פון אזא מקור.
און דער קאמארנא'ר האט אויך געוואוסט פון דעם. נאר וואסזשע דען, אזוי גייט עס. אויב איז דא א מקור אז דאס שטאמט פון מנהגי יוון, דאן קענסטו מיך נישט אפפרעגן מיט דעם וואס א גדול האט זיך אזוי געפירט.
אגב: איך זאג נישט אז דאס איז דער מציאות, אז דער שטיקל פון נשמת קומט פון דארט. איך ברענג נאר וואס דער קאמארנא'ר שרייבט, אז מ'זאל זעהן אז אזא זאך איז נישט קיין ראי'.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/1/2005 07:27 |
|
| |
צריך עיון, נניח שמה שכתב משיח השם לגבי הנקודה שכ"ז במקורו הוא מנהג יוון הוא נכון, האם אמרינן בכגון דא "מאובי תחכמינו" או כמה שאמר "מן דהוא" תסמר שערות ראש לאמור שמנהג קדוש כמו שהיה זה אצל החת"ם סופר ותלמידיו התורת חיים וכו' יהי' במקורו מנהג יון נא לשמוע דברי חכמים בתודה מראש
|
|
|
|
| נשלח ב-4/1/2005 02:15 |
|
| |
אין .jewishencyclopedia שטייט אז תרט"ו איז ארויסגעקומען א גזירה אין פולין איז אידענע'ס מעגען זיך מער נישט שערן די האר בי די חתונה, כדי אידען זאלען זיך אסימילרען מיט די גוים רח"ל.
זייט דענסמאל האבען זיך אידישע פרויען און פולין און רוסלאנד אויפגעהערט צו שערן, אבער למעשה איז עס במקור נישט קיין אונגערישע-גאליציאנער מנהג.
5) The Assimilation Motive: Jews are forbidden to wear clothes different from those worn by the rest of the population; Jewesses are forbidden to shave their heads (ukase, March 31, 1856).http://www.jewishencyclopedia.com/view.jsp?artid=479&letter=R&search=shave
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2004 18:22 |
|
| |
משיח..די שרייבסט
"עס איז ידוע דער מאמר החכם: קבל את האמת ממי שאמרו. ממילא ווען מ'רעדט פון אן ענין, וואס איז א נפקא מינה ווער דער בעל המאמר איז. האסט עפעס צו ענטפערן אויף מאמר אליינס, דאן זאג. אויב נישט, וואס איז נוגע ווער דער בעל האימרא איז. "
עס איז שוין גאר א גרויסער נפקא מינה ווער דער בעל המאמר איז!
פארוואס דארפען חז"ל זיכען א תירוץ אויף דער הייליגער תנה רבי מאיר אז ער האט גילערענט תורה פן אחר? וואס איז א נפקא מינה וער דער רבי איז גיווען? ער לערענט דאך תורת אמת אין "קבל את האמת ממי שאמרו"
פארוואס דארף מען פארברענען א ספר תורה שכתבו מין? עס איז דאך נישט דא מער אמת וויא דער תורה הקדושה, "קבל את האמת ממי שאמרו",
זעהט אויס אז דער "ממי שאמרו" איז ניט ווער אימער...
אין פין דיינע תגובות דא, בין איך נישט אזוי זיכער אז די אליינס ביזט א פארלסליכער "מי שאמרו"!
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2004 05:12 |
|
| |
משיח
כ"האב נישט דורך געלייגט דיין בירור ווייל איך האלט אז מען טאר נישט
קיקסט אויס שוואך אין אמונה אין. אין אידשקייט
כ"וויל דיר נאר פרעגן איין זאך
נניח זאל זיין אז ביסט גערעכט להלכה פעלט עס נישט אויס
אבער וואס איז מיט די אלע צדיקים וגאונים וואס פין זיי שטייט די שארפסטע קעגן דעם
דער הייליגער צאנזער רב האט נישט געוויסט
וואס די ווייסט ווען זיי זענענן ארויס מיטן שארפסטן קעגן דעם ??
סאטמער רב האט נישט געוויסט וואס די ווייסט ??
די גאונים וצדיקם פין וועד ארבע ארצות {וואס איך מיין זיי האבן געמאכט די תקנה. אנטשוילדיגט פאר יעדעם אויב איך בין ראנג}
האבן נישט געוויסט וואס די ווייסט??
שעם דיך!
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2004 03:24 |
|
| |
איך וועל איבער'חזר'ן מיין ערשטע תגובה
מושיאך האשעם
טוה וואס דיר שמעקט
פארוואס מוזטו דוקא זיין א נבל ברשות התורה
און אז א אחרון האט גע'פסק'נט, קענסטו שוין מחולק זיין
אלא מאי, טוה וואס דו ווילסט און פארטיג
למעשה ווענד זיך עס סייוואו אין איין זאך, וועט דיין פלונית'טע מיטשפילן איז דאך גוט, אז נישט וואס וועט דיר העלפן, אז די האלטס אז מען מעג
חוץ, אז דיין פלונית'טע ווארט אויף דעם בירור המסקנא, וואס וועט ארויסקומען פון דעם אשכול.................
ע"כ
ווער ס'האט אביסל שכל האט גראד געזעהן וואסערע ריכטונג ער צילט
די פלא איז אז זיין מסקנא איז כמעט די זעלבע ווי מיינע, דער חילוק אז איך שרייב עס למעשה און ער שרייבט עס לויט זיין הלכה
ס'זעהט אבער אויס אז זיין ווייב איז פון די צווייטע סארט פון וועם איך רעד, און איר מאן איז פון צווייטן סארט פון וואס ער רעדט,
אבער ווי געשמועסט, פון עס דא מתיר זיין, וועט ער נישט זיין קיין געהאלפענער
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2004 01:34 |
|
| |
ווי למשל די נקודות וואס יאסי געבריינגט.
דעם נאמען פונעם ספר וואס מען האט דיך געפרעגט אין די האסט איגנארירט צו ענטפערן
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2004 00:41 |
|
| |
ווי למשל?
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2004 00:32 |
|
| |
משיח דערווייל ביסטו דער וואס איגנארירט די פאקטען פון די וואס ענטפערן אייך, אין איר פארלייגט זיך אויף זייטע רייד וואס די גולשים זאגען אייך.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/12/2004 00:21 |
|
| |
כ'זעה זייער אסאך מאל מענטשן - ספעציעל פון א געוויסן קרייז - ווען מ'טענה'ט זיך איבער א נושא. איז נישט די נושא דער צענטער-פונקט פון וואס מ'רעדט. נאר דער עיקר איז דער בעל הנושא. און איבער איהם דרייט זיך דער גאנצער שמועס.
עס איז ידוע דער מאמר החכם: קבל את האמת ממי שאמרו. ממילא ווען מ'רעדט פון אן ענין, וואס איז א נפקא מינה ווער דער בעל המאמר איז. האסט עפעס צו ענטפערן אויף מאמר אליינס, דאן זאג. אויב נישט, וואס איז נוגע ווער דער בעל האימרא איז.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2004 21:51 |
|
| |
משיח...זאג זשע נאר
וואס איז דער גרויסער סוד פון דעם נאמן פון דעם ספר?
איז ער אזוי מחבר וויא דער נביא אברהם יעלין וואס די האסט גיברענגט נביאות בשמו פין זיין ספר 'גאולת ישראל' אין אן אנדערען אשכול?
שרייב קודם דעם נאמן פינעם ספר אין דערנאך וועל איך דיר מסביר זיין וואס פארע משכילישע רעיונות ליגען אין דיין תגובה בשמו!
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2004 19:16 |
|
| |
SCY
איך האב נאך געקוקט דעם שואל ומשיב און דו ביסט גערעכט... אבל אין הספר דברי שאול תח"י נאך צוקוקען, ביז דערווייל בוסטו גערעכט!
משיח איז א פשוט לויט מיין השערה א שנה ופירש
ער פרוברירט אויס זיין נייע משכיל'שע פעדער דא
זיין בלאג איגנארירט מען קומט ער דא מיט א מ'כלומר'שטען תמים'ישער אהנשטעל כאילו ער זיכט אויפ דעקען אמעריקה.
לענין, איז ער קנאפע יודע'ן. לדוגמא: שער באשה אפילו בחדרה לויט דער חתם סופר ולפי הזוהר איז אסור אפילו שלא בשעת קר"ש ....
איך וויל אבער דא נישט פאר ערן זיין ארימע נסיון צו פארבלעדען אונזערע אויגען מיט א תשובה וד"ל
די גולשים קענען מיך גאנץ גוט אז איך האב ליעב א גוטן ויכוח אבער פאר א שנה ופירש איז נישט דער פלאץ דא
אפשר "עצור כן חושבים" איז זיין פלאץ
|
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2004 19:10 |
|
| |
וואס פונקטליך איז דיר שווער מיט די דיבורים. זיי מסביר.
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2004 18:28 |
|
| |
משיח.
זא'שע מוחל אין שרייב דעם נאמען פין דעם ספר וואס די ברענגסט ביים סוף פין דיין אריכות...עס קוקט עפעס אויס וויא משכיל'ישע דיבורים
|
|
|
|
| נשלח ב-30/12/2004 07:32 |
|
| |
יישר כח פאר די אלע וואס האבן גענומען די צייט צו ענטפערן אויף דעם פארנעפלטן ענין. ואענה גם אנכי, איך האב געמאכט מיין ריסוירטש, און כ'האב נאכגעקוקט דעם ענין, וועל איך איבערגעבן א באריכט איבער וואס כ'האב אויסגעפינען.
הנה, בעצם דארף מען פארשטיין, וואס האבן די האר פון א פרוי חוטא געווען, אז זיי זענען נשתנה געווארן פון אלע אירע אברים. וואס עפעס איז די האר אנדערש פון שאר חלקי הגוף, אז מ'יאגט עס אראפ, און ס'האט ממש באקומען דעם דין פון חזיר טריף.
נאר וואסזשע דען, דער מקור פון א פראבלעם מיט האר איז אין די גמרא (ברכות כד.) אמר רב ששת שער באשה ערוה.
וואס דער עולם ווייסט אבער נישט איז, אז די גמרא רעדט דארט בסך הכל, אז 'בשעת קריאת שמע' טאר מען נישט ליינען קעגן אן ערוה פון א פרוי. און אויף דעם זאגן די אמוראים וואס דאס מיינט ערוה, יעדער זאגט עפעס אנדערש. רב ששת זאגט אז דאס איז שער. אז קעגן אויפגעדעקטע האר פון א פרוי טאר מען נישט ליינען קרי"ש.
און אויסער בשעת קריאת שמע, ווערט אין די גמרא נישט דערמאנט בכלל אז האר זאל זיין עפעס א פראבלעם אין שטוב. נאר פארקערט גאר, פון די גמרא אין כתובות עב: וואס כ'האב אראפ געברענגט, שטייט קלאר (אין רש"י) אז אין שטוב איז נישט דא קיין שום פראבלעם א פרוי זאל גיין מיט אויפגעדעקטע האר. און אין שלחן ערוך (או"ח סי' עה ס"ג) שטייט קלאר אז דער איסור איז 'בשעת קריאת שמע', וואלט דאס ווען געווען אן איסור אויף א גאנצן טאג, וואלט ווען דער מחבר נישט געשריבן די ווערטער 'בשעת קריאת שמע'.
[אין מסכת יומא מז. שטייט די מעשה פון קמחית, וואס זי האט געזאגט אז די קורות פון איר שטוב האבן נישט געזעהן איר האר, דערפאר האט זי זוכה געווען צו זיבן קינדער כהנים גדולים. א) זי איז געגאנגען מיט האר, נאר זי האט עס באדעקט אפילו אין שטוב. ב) די גמרא זאגט גלייך, אז עס העלפט נישט פאר יעדן. ווארשיינליך האט די גמרא נישט געוואלט עס זאל ווערן אזא מין גלייבעניש אז די פרויען זאלן זיך נעמען באדעקן די האר].
און בכלל דארף מען פארשטיין וואס מיינט דאס די ווארט ערוה. אין די תורה ווערט עס גענוצט אויף צוויי אופנים. א) וירא חם אבי כנען את ערות אביו. דאס הייסט דער מקום המין. ב) כי ערות הארץ באתם לראות. דאס הייסט די 'שאנדע'. עס פארשטייט זיך אז קיין איינע פון די צוויי טייטשן זענען נישט גילטיג אויף דעם מאמר הגמ' 'שער באשה ערוה'. האב איך געזעהן אין א ספר ברענגען א דריטן טייטש. דא אין די גמרא מיינט ערוה א זאך וואס איז 'מעורר תאוה'. און בשעת קריאת שמע טאר א מענטש נישט זעהן אזא סארט זאך. און אויף דעם האט יעדער פון די אמוראים געהאט אן אנדערן מיינונג, איינער האט געזאגט טפח מגולה, קול, שוק וכו'. ווייל דאס איז דאך שוין תלוי באומדנא פון מענטשן.
נו פארשטייט זיך אליין אז ביי די אייגענע פרוי אין שטוב, איז נישט גילטיג דער פראבלעם.
- נאך א פראבלעם מיט האר ביי פרויען, איז בשעת זי גייט ארויס אין גאס. וואס ווי די גמרא זאגט (כתובות עב.) איז א פרוי וואס גייט מיט אפענע האר אויף די גאס, עובר אויף א דאורייתא. אבער נישט דאס איז אונזער פראבלעם דא. -
דער מנהג פון זיך אפשערן די האר, ווייסט למעשה קיינער נישט ווער און ווען מ'האט דאס איינגעפירט. כ'האב געזעהן נאכברענגען בשם א היסטארישער ספר, אז דער מקור פון דעם מנהג איז א מנהג גוים. אין יון פלעגט מען אפשערן די האר פון די מיידלעך די נאכט פון די חתונה.
שוין טויזנטער יארן וואס מ'האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט די פרוי'ס האר, און די אמוראים האבן גאנץ גוט געוואוסט פון דעם מנהג יון, און זיי האבן נישט אויסגענוצט דעם גלעצנדן איינפאל אפצוגאלן דעם עולם.
אין תוספתא און אין רמב"ם [כ'מיין אז אויך אין שלחן ערוך] שטייט גאר, אז א פרוי וואס גאלט זיך אינגאנצן אפ די האר, איז עובר אויף א דאורייתא. אויפ'ן איסור פון 'לא ילבש'.
א שיינע נקודה וואס כ'האב געזעהן: דער נביא זאגט 'מי הקדימני ואשלם'. ווער האט מיך דען געפעדערט אז איך זאל איהם דארפן עפעס באצאלן. ווי דער מדרש איז מסביר (ויקרא רבה כז ב) ווער קען דען טוהן פאר'ן אויבערשטן א מצוה פאר ער האט באקומען די מעגליכקייט צו טוהן די מצוה. קומט אויס אז דער מענטש באקומט שוין א טובה פונ'ם אויבערשטן נאך פאר ער דינט איהם. די אלע טובות וואס איז אריין געבויעט אינ'ם מענטש אליינס, ער קען רעדן, אטעמען, וכדו'. אלעס כדי אז שפעטער זאל דער מענטש דינען דעם אויבערשטן.
קומט אויס אז די הנאה וואס דער מענטש האט פון אכילה, אדער יחסי אישות וכדו', איז א טובה און א שכר פונ'ם אויבערשטן אויף די אלע מצוות וואס ער וועט מקיים זיין דורך דעם הנאה. ווער האט די סמכות און דעם כח צו מונע זיין א שכר און א טובה פונ'ם אויבערשטן, וואס ער האט געגעבן פאר זיינע באשעפענישן.
עס איז דאך נאך אסאך צו שרייבן, נאר איך וועל עס האלטן קורץ. אויב וועט עס אויספעלן האב איך נאך וואס מוסיף צו זיין.
אויף למעשה, האב איך געזעהן אין א ספר אזא הכרעה. א פרוי וואס וויל זיך אפגאלן די האר, און זי האלט עס פאר א חשוב'ע זאך, און דער מאן האט גארנישט דערגעגן, כל הכבוד. זי האט א רעכט צו טוהן וואס זי וויל. אבער א פרוי וואס דאס זיך אפשערן איז פאר אן עינוי [ביי רוב פרישע-ווייבלעך איז דאס אן עינוי גדול], האט דער מאן קיין שום רעכט נישט צו מצער זיין א אידישע טאכטער. נישט מצד הלכה, און נישט מצד ענין. פארשטייט זיך אויך, אז אפילו אויב די פרוי איז מסכים זיך צו שערן, אבער דער מאן וויל נישט אויפגעבן זיין זכות וואס דער אויבערשטער האט איהם צוגעטיילט, מוז זי זיך צושטעלן אויף הונדערט פראצענט.
כ'וועל מסיים זיין מיט'ן מעתיק זיין א שטיקל פון א ספר:
- קשה להבין מדוע בעניינים מסוימים רצו רבים לאמץ כל חומרה אפשרית ובעניינים אחרים, היו מוכנים לנצל כל פרצה אפשרית כדי להתיר דברים אסורים באיסורים חמורים. "מכירת חמץ בפסח", "היתר עיסקא" וכדומה. לעומת זאת בדברים אחרים, כמו בנוגע לשער באשה, התקבלה הגישה, ש"כל המחמיר הרי זה משובח". -
 |
|
|
|
|
|