בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ווען דאס וואלט ח"ו געשעהן אין נ.י.

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/12/2004 05:31 לינק ישיר 
ווען דאס וואלט ח"ו געשעהן אין נ.י.

יעדע מענטש מיט אביסל שכל אין קאפ דארף געבן א טראכט וואס וואלט ווען געשעהן ווען די זעלבע זאך וואלט געשעהן אין די געגענט פון מאנהעטן וואס איז א אינזל אויפ'ן וואסער אין איין אויגנבליק קען דאס געשעהן

לכאורה איז א סכנה צו וואינען אין אזא פלאץ מיט אזויפיל וואסער און זוהמא וואס ווי עס ווערט געברענגט אין רש"י איז מביא אנדרלומוסיא לעולם וואס טוט זיך אלס אין מאנהעטן
ממילא דארף מען גרויסע זכותים ווי עס פארשטייט זיך

די בעסטע עצה איז אוועק צומופען קיין מאנרא אדער די קאנטרי

וואס זאגט איר?

תוקן על ידי - דישיגוטער - 29/12/2004 5:33:15



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/1/2005 02:11 לינק ישיר 

שווער צו וויסן. בדרך הטבע נישט, און בדרך הטבע אויב ח"ו יא, וועט זיכער זיין א ווארענונגס סיסטעם. למעשה מאנהעטן און ברוקלין זענען גאנץ נידריג, ממש פלאך מיטן האדסאן ריווער, בשעת אפסטעיט נ.י. איז פיל העכער. ווען מ'פארט אדורך דעם וואשינגטאן בריק קומט מען אן פיל העכער די וואסער. אויב ביסטו שוין אמאל געפארן אויפן פאליסעידס און אראפגעקוקט צום וואסער ווייסטו וואס איך מיין. סאיז מער ווי 10 שטאק הויך, וואס (נאכאמאל בדרך הטבע) איז נישט מעגליך אז אזא קליין וואסער ווי דער האדסאן זאל שפריצן אזוי הויך - בשעת דער יעצטיגער צונאמי אין אזיע איז נישט געווען מער ווי 3-4 שטאק הויך פון אן אקעאן וואס איז (אויף יענעם פלאץ) טיף בערך 20,000 פוס (ד.ה. בערך 2,000 שטאק הויך!). עס זענען פאראן אקעאנען וואס זענען 3 מאל טיפער, בעיקר אין דעם גרויסן פאסיפיק אושען.

ווען מ'פארט אראפ ווייטער, טוישט זיך די זאך אביסל. לאמיר נעמען א דוגמא, מאנסי. מאנסי איז נישט צו ווייט פונעם האדסאן, אבער כדי אנצוקומען צום וואסער פארט מען צו "נייעק", ווען מ'פארט אריין אינעם נייעק שטעטל איז מען אויף גאר א הויכן ארט, אבער עס איז א שטארק שיפער בארג וואס טראגט אראפ ממש ביזן וואסער. ווער עס איז שוין אמאל געפארן צום נייעק שפיטאל ווייסט וואס איך רעד. דארטן אויב ס'זאל ח"ו פאסירן אן אומגליק, וועט עס פילייכט שאטן בלויז פאר דעם שטח ביז אינמיטן דעם בארג. אבער ס'קען קומען דורך אנדערע וועגן. ווצב"ש דער וואסער וועט פארפלייצן דעם טאפען זי בריק און פון דארט דעם טראוועי וואס איז געציילטע מייל צו מאנסי און ספרינג וואלי. אבער נאכאמאל בדרך הטבע איז דאס צו א קליינער וואסער אז ס'זאל האבן אזא קראפט. איך האף אז דו האסט נישט מורא פון דעם לעיק אין קרית יואל אויף אפטא/קוויקוועי :-)

דאס איז אלעס לפי עניית דעתי. איך בין נישט קיין סייענטיסט, און קיינמאל נישט געשטאנען נעבן אזא איינעם. ממילא קען זיין אז אלעס וואס איך רעד דא איז להד"מ.

אדרבה, אפשר קען איינער אויפקלערן.

ס'איז שרעקליך אז ס'האלט שוין איבער 150,000 טויטע. ס'כאפט א שוידער ווען מ'טראכט וואס דאס מיינט, אזא מספר אין געציילטע טעג! השם ישמרנו!

תוקן על ידי - שמעק_טאביק - 06/01/2005 2:16:05



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2005 16:55 לינק ישיר 

קען עס פאסירן "אין וויליאמסבורג"??



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2005 05:56 לינק ישיר 

ערשטנס, די שאלה איז צי ס'איז דברי חכמה אדער דברי הבל הבלים?...

צווייטנס, וואס זאגן די חוקרים? ס'קומט צוליב די גלאבאלע אנווארעמונג. דעמאלט מוזן די היגע צייטונגען האבן א טעות, זיי האבן געמיינט אז ס'איז געשעהן פון אן ערדציטערניש אונטערן אינדישן ים :-)

א געלעכטער אין א זייט, גלאבאלע אנווארעמונג ברענגט נישט ערדציטערניש. דאס וואס די חוקרים זענען אזוי ביטערליך באזארגט איז אז די אנטארטיקא (צפון און דרום פון די וועלט) וואס איז איין ריזיגע שטיק אייז און פון דארט ווערן באשאפן די ריזיגע אייז בערג, אז דאס וועט זיך צעביסלעך אויפלאזן - הפנים אזוי האב איך פארשטאנען פון וויפיל איך האב געליינט.

אבער די סייענטיסטן מאכן מיך שוין נערוועז. זיי האבן מורא אז בקרוב וועט נישט זיין גענוג עסן, און נאך אנדערע שטותים. הקב"ה קען זיין רואיג אז ער האט דא אזעלכע געטרייע פארזארגער - ברוך שמסר עולמו לשומרים! (רח"ל מהאי דעתא אבל זה בדרך ליצנותא דע"ז וק"ל).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2005 03:54 לינק ישיר 

דער האדסאן ריווער איז גארנישט אזא קליינער, און מאנהעטן איז גארנישט אזוי גרויס.

דער האדסאן ריווער ציהט זיך ארויס צום אטלאנטיק.

לויט ווי די סייענטיסטן זאגן, קען דאס קומען פון דעם גלאבל ווארמינג פראבלעם. אז די וועלט ווערט אנגעווארעמט. כ'וועל נישט אריין גיין אין די פרטים, ווייל איך בין נישט קיין סייענטיסט, און איך פארשטיי נישט פונקטליך וויאזוי עס ארבעט. אבער זיי זאגן אז עס קען קומען צו א מצב, אלץ א תוצאה צו דעם פראבלעם, אז די וואסער וועט זיך אויפהייבן, און פארשוועמען דעם גאנצן ארום.

אז איינער פארשטייט מער פון די נושא, אדרבה, זאל ער מרחיב זיין די ידיעות פונ'ם ציבור. (אנשטאט צו רעדן אזויפיל שטותים, לאמיר שוין רעדן עפעס דברי חכמה)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2005 03:45 לינק ישיר 

ווי אזוי קען דאס פאסירן אין מאנהעטן? פון דעם קליינעם האדסן ריווער? מאנהעטן איז נישט נעבן דעם אטלאנטיק (אויף וויפיל איך ווייס - איך בין נישט דער גרויסער מאפע קענער - דער קליינער אויך נישט).

אבער עס איז זיכער אז הגם עס האט פאסירט אין די אנדערע עק וועלט, איז עס אונז מחייב צו טראכטן "על למה עשה ה' ככה"?

לאמיר האפן עס וועט שוין בקרוב מקויים ווערן דער "ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים".



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2005 03:42 לינק ישיר 

טאביק

ארץ ישראל פארלירט נישט די הייליגקייט, אפילו אויב עס באקומט א נישט פרומע ממשלה.

ארץ ישראל איז די פינטעלע פון יעדע אידיש הארץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2005 03:40 לינק ישיר 

וועגן דעם ענין וואס שטייט אין אנפאנג אשכול, איבער 'אויב עס וואלט געשעהן אין מאנהעטן'.

עס איז ארויס געקומען פאריגן יאר א מאווי וואס הייסט
the day after tommorow
דארט זעהט מען א לעבעדיגן בילד, וויאזוי עס קוקט עס ווי מאנהעטן ווערט פארפלייצט. נישט דורך א צונאמי, אבער עס איז די זעלבע מראה. און די סייענטיסטן זאגן, אז עס קען געשעהן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2005 03:40 לינק ישיר 

מיר גלייבן אלע אז דער רבש"ע דער מסבב כל הסיבות פירט די וועלט, און יעדע קלייניגקייט ווערט געפירט מיט השגחה פרטית. אויב אזוי, איז נישטא וואס זיך צו זארגן. אויב וויל השי"ת מיר זאלן אומקומען, איז דאס זיכער פאר אונזער טובה, און מ'קען פון די גזירה נישט אנטלויפן ממילא - מיט א ווארענונגס סיסטעם אדער אן דעם. אין חכמה ואין תבונה נגד ה'.

וועגן דעם וואס יוחי שרייבט אז מענטשן ווילן מופן, אמת טאקע, מענטשן האבן ליב צו וואוינען אין אנדערע פלעצער וואס דאכט זיך אז ס'איז בעסער, אבער ווי די וועלט זאגט, אלץ דאכט זיך אז ביי יענעם איז די גראז גרינער... אבער פאקטיש איז פאראן א מאמר חז"ל ערגעץ "חן מקום על יושביו"... ד.ה. אז מענטשן האבן א געוויסן חן דארט ווי מ'וואוינט. ספעציעל אין אן אנדערע מדינה - רוב חוץ לארץ'דיגע ווילן נישט גיין וואוינען אין ארץ ישראל (אסאך יא - אבער נאר קיין ארץ ישראל ווייל ס'איז אמאל געווען א הייליגע מדינה), און רוב איזראעליס ווילן נישט וואוינען אין חוץ לארץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2005 03:39 לינק ישיר 

scary!!!

פאר וועלעכער צייטונג ביסטו אהין געפארען כאפען בילדער?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2005 03:19 לינק ישיר 

מצורף קובץ

.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/12/2004 06:35 לינק ישיר 

מיר מופען אלע
שוין היינט.

מי לד' אלי?
ווער וויל מופען אויף פענסילוועניא?
מען וועט האבען גרויסע הייזער פאר ביליג!!

אלעס דמיונות!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/12/2004 03:17 לינק ישיר 

shia

דו ביסט דאך אזוי גערעכט..


איך האלט אבער אז די קפידא אויפן לאו "לא תגור מחוץ לארץ מגורי אביך ואמך" האט אויך צו טוען מיט דעם.

תוקן על ידי - usa44 - 30/12/2004 3:18:45



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2004 20:19 לינק ישיר 

ר' חיים יעקב טויבער דער באבובער דיין האט מיר אמאהל גיזאגט אז עס איז דא אן אלטער דזיקובער הקפדה ניט צי ווינען אויפען זעלבען פלאץ מער ווא 13 יאהר..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/12/2004 20:16 לינק ישיר 

אזוי ווי yochee שרייבט, מען דארף עפענען פארדעם א נייע אשכול.
אבער ביזדערווייל שטייט שוין גרייט די "מאווינג טראק" פון "יאסעלע בערגער"....

[פאר די "תמימות'דיגע חברה": הערט די טעיפ "יוסעלע מופט"...]



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/12/2004 20:07 לינק ישיר 

ווען אידען וואלטען ליב געהאט צו וואנדערן, וואלט נישט יעדער אידישער שטאט פארוואנדלט געווארען אין א געטא.

אפשר האבען אידען ליב צו וואנדערן, אבער למעשה בלייבען זיי אויף איין ארט, אין דאס איז אונזער חורבן.

תוקן על ידי - shia550 - 29/12/2004 20:15:37



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ווען דאס וואלט ח"ו געשעהן אין נ.י.
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext