בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ניסים אין קרית יואל ב"ה קינד געראטעוועט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/1/2005 20:14 לינק ישיר 
ניסים אין קרית יואל ב"ה קינד געראטעוועט

פרייטאג נאכמיטאג בשעת אהיימטראגען די קינדער פין די הייליגע מוסדות ויואל משה האט פאסירט א אומגליק אז א פינעף יערעיג אינגעל איז אינטערגעלאפען אינטער די רעדער
אין אפען פלאץ האט עס אויסגעקוקט דאס ערגסטע אין מען האט באשטעלט א העליקאפטער קיין וועסטשעסטער צו טראנפארטירען דאס קינד אבער איבערבליקענדיג דעם מצב האט מען באשלאסען צו שיקען דאס קינד קיין העקענסעק האספיטאל ווי דאס קינד איז דורך אן אפראציע אוף די פיס אין טוט זיך ב"ה ערהוילען

עס מוז צוגעגעבן ווערן אז דער הנהלה פין מוסד האט אויסגעצייכענטע באציאנגען מיט די סטיעט פאליס אין אויך איז העסקן ר מרדכי פריעדמאן געווען אינסטרוימענטל מיט אלע נויטגע פארמאליטעטן אין אזא פאל אין דער דרייוער איז בכלל נישט געווען שולדיג אין די סטעיט פאליס האט אפילו נישט געגעבען א סאמענס

וה ירפא כל חולי עמך בית ישראל



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2005 21:00 לינק ישיר 

דא האט איר דעם לינק, פאר מער אינפארמאציע

http://masoret.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1237315

און איר וועט זעהן אויף וואס מר. עקשטיין באציעט זיך, אז מען איז גוט מיט די פאליס, דער דרייווער האט נישט באקומען קיין סאמענס, מען האט אים נישט אויפגעהאלטן, מרדכי פריעדמאן אנשטאט משה לייב וויטריאל

בקיצור "די רעסט אוו די סטארי"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/1/2005 20:49 לינק ישיר 

עטליכע פראגן מר. עקשטיין

אויב איז דא א באס רבי [האט די "הייליגע" מוסדות ויואל משה, באס רבי'ס?], וויאזוי לויפט מען אונטער די רעדער

אז דער באס דרייווער איז אינגאנצן נישט שולדיג, פארוואס האט מען געדארפט זיין אינטרומענטאל אז דער דרייווער זאל נישט באקומען א סאמענס

פארוואס האט די פאליציי אראפגעברענגט 7 מארקד קארס, און נאך 2 אנמארקד קארס

איז דער באס דרייווער מ.ח.כ. לעגאל צו דרייווען א באס מיט קינדער

א נס מיינט ווען עס געשעהט יא, אדער ווען אלע קינדער קומען אן אהיים בשלום

איז די סקול דיסטריקט באס סיסטעם נאך אלץ אזוי שעדליך, און אויב יא, זענען זיי מער שעדליך ווי די הייליגע ויואל משה באס סיסטעם?

אזויפיל זענען מיר איינשטימיג
ה' ירפא כל חולי עמך בית ישראל




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ניסים אין קרית יואל ב"ה קינד געראטעוועט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext