"מ'קען וועגן די דאזיגע קאטאסטראפע רעדן אין פארשידענע וועגן, הויפטזעכליך וועגן די הימלישע הנהגה פון דער וועלט, וואס מאכט צונישט אין אן אויגנבליק אפילו די מאדערנסטע המצאות און טעכנאלאגיעס. מיר מוזן אבער דערמאנען כאטש אין א שורה, אז דאס ענטוזיאזים וואס די גרויסע וועלט ווייזט אין די היינטיגע צייטן, ארויסצוהעלפן די געליטענע פון א נאטורליכע טראגעדיע, שטייט אין א שטארקן קאנטראסט צו געשעענישן מיט 60 יאר צוריק, ווען די קאטאסטראפע און דאס פארלוסט פון מיליאנען אידישע נפשות איז נישט געווען קיין פלוצלימדיגער אומגליק, נאר א רעזולטאט פון א רציחה פלאן וואס אין אלע הויכע פענסטער האט מען געוואוסט דערפון - בשעת ס'איז נאך געווען די צייט און די מעגליכקייט צו ראטעווען צענדליגער מאל אזויפיל מענטשן פון וויפיל ס'זענען איצט אומגעקומען. די וועלט האט אבער גארנישט געטאן. - קאמענטארן און באמערקונגען זענען גענצליך איבעריג. אידן זענען אין גלות!" (עכלה"ק).
אבער לפענ"ד איז א שטיקל חילוק פון היינט ביז דעמאלס. נישט ח"ו קלענער צו מאכן די רשעות פון די אומות העולם אין יענע צייטן - וואס איז געווען א גזירה פון הקב"ה.
ס'איז גאר אנדערש דער יעצטיגער מצב ווען עס איז א פלוצימ'דיגער אנשיקעניש אויף וואס קיינער האט זיך נישט געראכטן, יעדער איז פארלוירן און פאר'חלש'ט, און מ'קוקט ארויס בכליון עינים אז מ'זאל זיי קומען העלפן, און די אלע פעלקער וואס פארן העלפן ווייסן אז מ'וועט זיי אויפנעמען בכבוד גדול און זיי באדאנקען פאר די הילף, ממילא איז דאס נישט אזוי שווער. משא"כ ווען א צווייטער מאכט א מלחמה און שלאגט זיך ארום מיט א צווייטן, דאן מישט מען זיך נישט אריין ווייל מ'וועט נאר כאפן מכות פון יענע לאנד. אמעריקע און רוסלאנד האבן אסאך סאלדאטן פארלוירן שוין נאכן ארויסגיין אין מלחמה מיט דייטשלאנד, און האבן עס נאר געטון ווייל זיי האבן שוין געמוזט און נישט געקענט ווארטן. אבער לכתחילה איז געשמאקער צו זיצן אינדערהיים. והא ראי' אז אין היינטיגע צייטן מישט זיך אויך קיינער נישט אריין אין מדינות וואו מ'הרג'עט זיך ארום אין מערערע קאמוניסטישע מדינות, ווי צפון קארעא, איראן, און נאך אנדערע פלעצער וואס איך קען דא נישט אויסרעכענען, כאטש די פארפייניגטע איינוואוינער בעטן זיך צו די פרייע וועלט מ'זאל זיי ראטעווען פון די גרויזאמע הארצלאזע הערשער וואס טוען מיט זיי מה שלבם חפץ. איך בין נישט מקנא אמעריקע אויב זיי וואלטן געגאנגען אין מלחמה מיט די איראנע פארפרומטע כדי צו מאכן א דעמאקראטישע רעוואלוציע. איראק וואלט געווען א שפילעכל. פארוואס? ווייל אמעריקע איז נישט וועלקאם צו די אינווייניגסטע מלחמות. אבער ווען איראן האט לעצטע יאר געהאט אן ערדציטערניש מיט טויזענטער טויטע האבן זיי גערן אויפגענומען די אמעריקאנער און אמעריקע איז טאקע אהינגעפלויגן מיט איין שמחה (פארשטייט זיך זיי האבן ווארשיינליך געהאט נאך אנדערע באהאלטענע שפיאנאזש כוונות, אבער אין לנו עסק בנסתרות, דאס איז נישט לנו ולבנינו).
עכ"פ איך מיין איך האב א "פוינט". איר זענט בארעכטיגט מיך אפצואווענדן און ערקלערן אייער חוות דעת.
נשלח ב-7/1/2005 06:22
צבי
לויט ווי איך קען דיך, און איך קען די מנהלים וואלט איך נישט געזאגט אז מען האט דיר סתם געמעקט
נשלח ב-7/1/2005 06:20
מעידזדאר
נשלח ב-7/1/2005 04:40
די וועלט דרייט זיך נאך אלס מיט דעם צונאמי קאטאסטראפע
ווי אויך מיט די צענדליגע טויזענטער אומגעקומענע פארלוירענע קינדער ה''י
מענטשן ארימע מיט עשירים צוגלייך לייגן ארויס פון די קעשענעס גאר גרויסע נדבות
און די מדינות באשטייערען מיט שווערע הונדערטע מיליאנען
ווי אויך פריוואטע ריזיגע נדבות פון וועלט מאגנאטען און אטלעטן וכדו׳
כאפ איך א שמועס מיט אן עלטערן איד א בן שמונים זאגט ער מיט טיפן ווייטאג:
''ווי איז די וועלט געווען פאר זעכציג יאר צוריק ווען מיליאנען קליינע קינדערלעך פון אידישן פאלק זענען גרויזאם פארכאפט געווארן נישט פון א צונאמי נאר פון די פארשאלטענען דייטשן פאלק מיט זייערע מיטהעלפערס אין אלע ארומיגע מדינות ימש''ו
ווי איז די וועלט געווען?
האט איינער געהערט דאס געוויין פון די קליינע קינדערלעך ווען זיי האבן זיך געמוטשעט אין די בהמה לאסט וואגאנען עטליכע טעג?
האט איינער זיך וויסענדיג געמאכט פון זייער יאמערליכע געוויין ביי די סעלעקציעס ווי זיי זענען אפגעטיילט געווארן פון זייערע עלטערן און נאנטע?
רבותי טראכטס אריין אין די געוויין פון דעם איד וואס איז א טיפע געדאנק אין די צייטן פאר א יעדען איד אין גלות
און בעטס "אבינו מלכינו עשה למען הרוגים על שם קדשיך
עשה למען יונקי שדים שלא חטאו
עשה למען גמולי חלב שלא פשעו
לייז אונז שוין אויס פון דעם ביטערן גלות
און נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך
בב''א
נשלח ב-7/1/2005 02:38
רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט דאך פון לאנג געזאגט אז די ס"מ פירט די וועלט, זעהט אןיס ער איז געווען גערעכט, והפורום יוכיח....
נשלח ב-7/1/2005 01:40
power of above tzvi...
נשלח ב-7/1/2005 01:37
חשוב'ע מנהלים: פארוואס מעקט איר מיינע תגובות און לאזט די מיאוס'ע, געמיינע פון באראפארקער, איגריקע וכדו'??????????????????????????????????????
נשלח ב-7/1/2005 01:01
you guys! your all makne the great lubavitch rabbi, a power that he had, know one ever had
נשלח ב-6/1/2005 20:42
ווען דער ליבאוויטשער רבי וואלט געווען א שתקן און ער וואלט כמעט נישט גערעדט קיין עתידות, ממילא, וואלט עס געווען א וואונדער, אבער דער רבי האט דאך גערעט ערב ובוקר וצהרים פון וואסערן, פייערן, בערג און טאלן, מלחמות מגפות, קרענק, ביימער , גראזן בנינים, אייער, בלומען, טשאלענט, שמאטעס, אלעס וואס איז נאר דא אין א דיקשענערי, ער האט זיכער געמאכט צו רעדן פון אלעם אויף דער וועלט, צו זיין געקאווערט און פאל וואס אימער עס פאסירט נאר.
תוקן על ידי - אינהכינמי - 07/01/2005 1:12:53
נשלח ב-6/1/2005 20:13
צבי.
סארי פאר אנרירען דיינע געפילען
איך האב בעיקר געוואלט אז די זאלסט נישט האבען קיין הוה אמינא אז איך בין מודה אז ער איז אן ארי'.
ער איז געווען א מוח עצום, לית מאן דפליג, אויך א פאנטאזירער, ער האט אויך געמיינט אז ער איז משיח, ווי באקאנט דער בריוו פון פארטיגאל. איז וואס?
א יאשקע מיינט ווען מענטשען גלייבען אין אים אזוי שטארק אז זיי ווילען נישט מודה זיין אז ער איז מער נישט דא. אויב עס איז טאקע געווען א יאשקע, מוז נישט זיין ער איז געווען אזא חוטא, די עיקר פראבלעם איז מצד המאמינים בו. די זעלבע מיט דיין רבי, קען זיין ער האט נישט געוואלט די פאלגענדע מצב אין ליבאוויטש, ליידער איז עס א מצב ווי ער איז געווארען א יאשקע.
נשלח ב-6/1/2005 18:33
באראפארקער,
ווערסט טאקע פארשעמט ווען איינער רופט דיך אן בהמה, אז דו מוזט דיך פארענטפערן??