לאמיך ציטירן א פאראגראף פון "דער איד" עדיטאריעל לעצטע וואך (פרשת שמות, דף 7) איך האף איר וועט נישט ברוגז זיין... אלזא:
"מ'קען וועגן די דאזיגע קאטאסטראפע רעדן אין פארשידענע וועגן, הויפטזעכליך וועגן די הימלישע הנהגה פון דער וועלט, וואס מאכט צונישט אין אן אויגנבליק אפילו די מאדערנסטע המצאות און טעכנאלאגיעס. מיר מוזן אבער דערמאנען כאטש אין א שורה, אז דאס ענטוזיאזים וואס די גרויסע וועלט ווייזט אין די היינטיגע צייטן, ארויסצוהעלפן די געליטענע פון א נאטורליכע טראגעדיע, שטייט אין א שטארקן קאנטראסט צו געשעענישן מיט 60 יאר צוריק, ווען די קאטאסטראפע און דאס פארלוסט פון מיליאנען אידישע נפשות איז נישט געווען קיין פלוצלימדיגער אומגליק, נאר א רעזולטאט פון א רציחה פלאן וואס אין אלע הויכע פענסטער האט מען געוואוסט דערפון - בשעת ס'איז נאך געווען די צייט און די מעגליכקייט צו ראטעווען צענדליגער מאל אזויפיל מענטשן פון וויפיל ס'זענען איצט אומגעקומען. די וועלט האט אבער גארנישט געטאן. - קאמענטארן און באמערקונגען זענען גענצליך איבעריג. אידן זענען אין גלות!" (עכלה"ק).
אבער לפענ"ד איז א שטיקל חילוק פון היינט ביז דעמאלס. נישט ח"ו קלענער צו מאכן די רשעות פון די אומות העולם אין יענע צייטן - וואס איז געווען א גזירה פון הקב"ה.
ס'איז גאר אנדערש דער יעצטיגער מצב ווען עס איז א פלוצימ'דיגער אנשיקעניש אויף וואס קיינער האט זיך נישט געראכטן, יעדער איז פארלוירן און פאר'חלש'ט, און מ'קוקט ארויס בכליון עינים אז מ'זאל זיי קומען העלפן, און די אלע פעלקער וואס פארן העלפן ווייסן אז מ'וועט זיי אויפנעמען בכבוד גדול און זיי באדאנקען פאר די הילף, ממילא איז דאס נישט אזוי שווער. משא"כ ווען א צווייטער מאכט א מלחמה און שלאגט זיך ארום מיט א צווייטן, דאן מישט מען זיך נישט אריין ווייל מ'וועט נאר כאפן מכות פון יענע לאנד. אמעריקע און רוסלאנד האבן אסאך סאלדאטן פארלוירן שוין נאכן ארויסגיין אין מלחמה מיט דייטשלאנד, און האבן עס נאר געטון ווייל זיי האבן שוין געמוזט און נישט געקענט ווארטן. אבער לכתחילה איז געשמאקער צו זיצן אינדערהיים. והא ראי' אז אין היינטיגע צייטן מישט זיך אויך קיינער נישט אריין אין מדינות וואו מ'הרג'עט זיך ארום אין מערערע קאמוניסטישע מדינות, ווי צפון קארעא, איראן, און נאך אנדערע פלעצער וואס איך קען דא נישט אויסרעכענען, כאטש די פארפייניגטע איינוואוינער בעטן זיך צו די פרייע וועלט מ'זאל זיי ראטעווען פון די גרויזאמע הארצלאזע הערשער וואס טוען מיט זיי מה שלבם חפץ. איך בין נישט מקנא אמעריקע אויב זיי וואלטן געגאנגען אין מלחמה מיט די איראנע פארפרומטע כדי צו מאכן א דעמאקראטישע רעוואלוציע. איראק וואלט געווען א שפילעכל. פארוואס? ווייל אמעריקע איז נישט וועלקאם צו די אינווייניגסטע מלחמות. אבער ווען איראן האט לעצטע יאר געהאט אן ערדציטערניש מיט טויזענטער טויטע האבן זיי גערן אויפגענומען די אמעריקאנער און אמעריקע איז טאקע אהינגעפלויגן מיט איין שמחה (פארשטייט זיך זיי האבן ווארשיינליך געהאט נאך אנדערע באהאלטענע שפיאנאזש כוונות, אבער אין לנו עסק בנסתרות, דאס איז נישט לנו ולבנינו).
עכ"פ איך מיין איך האב א "פוינט". איר זענט בארעכטיגט מיך אפצואווענדן און ערקלערן אייער חוות דעת.
 |
|
|