בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

ברעיקינג ניוס: סובפינע פאר ר' זלמן לייב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/1/2005 18:45 לינק ישיר 
ברעיקינג ניוס: סובפינע פאר ר' זלמן לייב

די דזשורי פון יאסי בראך האט פארלאנגט פון ברוקלין די עי
אז זיי זאלן שיקן א סובפינע פאר ר' זלמן לייב טייטלבוים אין די אינוועסטיגעישאן פון די קאורט קעיס קעגן 4 סאטמארער חסידים וואס האבן געשלאגן יאסי בראך פארגאנגענעם שמיני עצרת ביינאכט.

בראך האט געזאגט פאר די זשורי אז היות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר האט אים בפירוש געגעבן ערלויבעניש צו זיצן אויף דעם ארט ווי ר' זלמן לייב זיצט, האט מען אים נישט געטארט שלאגן און ער איז נישט באגאנגען קיין פארברעכן מיטען זיצן דארטן.

דער תובע יאסי האט היינט געזאגט אין א געשוואוירענעם עדות'שאפט פאר די זשורי אז ער האט עדות אז ר' זלמן לייב ווייסט אז דער רבי האט אים געגעבן רשות צו זיצן און דעריבער האט די זשורי אין א געשריבענעם נאטיץ פארלאנגט פון די עי אז זיי ווילן הערן דעם צד פון ר' זלמן לייב אין ברוקלין קרימינאלן קאורט.

די סופבינע קען נעמען 2 וואכן, און עס איז שווער צו זעהן וואס פון דעם קאן זיך אויסקאכן.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2005 16:46 לינק ישיר 

פשטידא,
איך גלייב ענדערש אז די רבי האט אים איבערגעגעבן די בענקל, ווי איידער צו זאגן אז א איד האט געשוואוירן פאלטש!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2005 16:28 לינק ישיר 

יאסי בראך האט זיך אריינגעלייגט אין א קראנקע בעט, מיטן שווערן פאלש אז דער רבי האט אים געגעגעבן ערלויבעניש צו זיצן דארט.

איך האלט אז מ'קען עס גאר שנעל אויפווייזען אין קאורט אז דאס איז ליגענט און דער רבי לאזט אים נישט זיצן דארט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/1/2005 02:11 לינק ישיר 

משה בער
האלט דיך אין די ראמען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/1/2005 23:28 לינק ישיר 

13hopper
איך האלט אז אויב דער רבי האט אים איבערגעגעבן דעם בענקל, אזוי ווי יוסי בראך טענה'ט, דעמאלטס איז ער 100% פראצענט גערעכט דאס צו פאדערן, און ס'הייסט נישט "דאס איז שוין צופיל"!
זאג, ווען זלמן לייב בעט זיין בענקל הייסט דאס "צופיל"? ניין! פארוואס, ווייל דער רבי האט אים עס געגעבן, אמת?!
יעצט ווען דער רבי האט איינגעזעהן, אז זלמן לייב טויג נישט מער דערצו, און ער האט עס איבערגעגעבן "לרעותה הטובה ממנו", און דער רבי האט "מחזיר געווען עטרה ליושנה", מעג עס יוסי בראך ניצן!
אחוץ פון דעם, האט דאך באראש גע'פסק'נט אז דער רבי האט די לעצטע ווארט!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/1/2005 18:50 לינק ישיר 

איך מיין אז ער גייט שוין צופיל sorry



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > ברעיקינג ניוס: סובפינע פאר ר' זלמן לייב
מנהל לחץ כאן לשחרור האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext