| נשלח ב-6/1/2005 16:57 |
|
| |
מחנך זיין די קינדער ביי א שניי?
היינט צופרי ווען מען איז אויפגעשטאנען, האט מען דערזעהן אינדערויסן א שיינע הויכע שניי.
איך האב געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ, אויפגעוועקט אלע קינדערעלעך, אנגעטוען פאר זיי מאנטלעך, הענטשקעך, בוטסעס, מיט א שאוועל אין זייערע הענטעלעך, ויסעו... געגאנגען...
אווי ווי זיסע וואוילע קינדערלעך טוען, האבן זיי געווארפן "שניי-באל" אויף די קארן וואס פארן דארעך (דאס עפעל'ע פאלט נישט ווייט פון בוים...)
איין יונגערמאן איז ארויסגעקומען פון זיין קאר, און זיך גענומען מאכן קולות...
איז מיין פראגע, איז עפעס ראָנג צו ווארפן שניי-באל אויף קארן? קען טאקע עפעס געשען? וואס איז די עוולה דערפון?
[איך וועל אנהייבן מיט די ווערטער, (אזוי ווי דער מנהג איז דא אויף היידפארק אנצוהייבן): "נישט מישן קיין פאליטיק"...]
תוקן על ידי - משהבערבעק - 06/01/2005 17:01:04
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2005 18:05 |
|
| |
איך מיין עס איז ראנג.
מען קען ווארפען אויף'ן ווינדשילד אין פראנט, און צומישען דער דרייווער און גורם זיין ווער ווייסט וואס.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2005 18:26 |
|
| |
שרייבסט "עס קען גורם זיין ווער ווייסט וואס!"
דאס פרעג איך טאקע "ווער ווייסט וואס"?!
ביי א שניי, דרייוועט איעדער סייווי גענוג שטאט, איך זעה נישט דערין קיין פראבלעם!
ווי אזוי עס זאל נאר נישט זיין, טאר קיינער נישט שרייען אויף "מיינע קינדער"!! פ א ר ש ט א נ ע ן!!
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2005 19:28 |
|
| |
די ווייסט מען האט איינעם ארעסטירט פאר צילען א לעיסער אויף א פליגער
עס איז נאך 9.11 וואס אלעס איז אנדערש
watch your step
|
|
|
|
| נשלח ב-6/1/2005 20:23 |
|
| |
די דרייווסט אויכעט?
אויב יא, האסטו שוין באקומען א שניי באל אין דיין ווינשילד אז די קענסט זאגן אז סאיז נישט קיין פראבלעם?
און ווער ביזטו מיר צי ווארפען א שניי באל? ווייל עס שנייט אין סאיז נישטא קיין חדר, בין איך שילדיג??
איר האלט אז סאיז מענטשליכקייט?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-7/1/2005 00:15 |
|
| |
ווי וואוינט עטס אלע?
ווי האט געשנייט? נישט אין וויליאמסבורג.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/1/2005 02:35 |
|
| |
איך האב היינט געוואקט אויפן גאס, און פון א פארטש האב איך באקומען עטליכע שניי באלס פון עטליכע קינדער. ווען איך האב געשריגן "נו, וואס טוען ענק?" האבן זיי געלאכט פון מיר כאילו זיי האבן יעצט געהערט די גרעסטע דזשאוק...
נאך א מזל איין אינגל (א גרעסערער) האט געשריגן, קינדער עס איז א חילול ה'!
ב"ה קיין איינע פון די שניי באלס זענען נישט געלונגען אין מיר, נאר נעבן מיר. אבער באשעפער אין הימל, אויף וועלכע נידריגע מצב האלטן מיר שוין? חוצפה יסגי האט נישט קיין שיעור (בבחי' כל המרבה הרי זה משובח ומקרב ביאת המשיח) ??
און איך האב שוין עטליכע מאל געכאפט אין קאר אויך. אויסער דעם וואס עס שטערט דעם דרייווער, האב איך זיך עטליכע מאל דערשראקן ווען איך האב עס פלוצים באקומען אויפן דאך, נישט באמערקנדיג אז איינער שיסט דאס, ממילא האב איך געהערט פלוצלינג א קראך גענצליך אומגעראכטן.
און אויסער דעם האב איך א געליעסטע קאר, וואס מ'דארף צאלן פאר יעדן קריץ ביים צוריקגעבן ביים סוף פון די ליעס, און די שטיקער אייז קענען אמאל גוט צוקריצן די קאר. איז עס אויך פארבונדן מיט שאדן מאכן אידיש געלט. והתורה חסה על ממונם של ישראל.
און אלס דעם קעפל פון "מחנך זיין קינדער", ווען איך בין אהיימגעקומען פון די ארבייט האב איך צוזאמענגענומען מיינע קינדער, און זיי פארציילט דברים כהווייתן. זיי האבן געשטוינט (טאטי האט געכאפט שניי באלס?), און איך האב זיי געזאגט, זעהט עטץ ווי אוממענטשליך דאס איז? זאלט עטץ ענק אויסלערנען קיינמאל נישט צו טאן אזעלכע אדער ענליכע זאכן פאר קיין שום אנדערע מענטש, פון גרויס ביז קליין, א איד צי א גוי, נישט קיין נפק"מ! אדרבה, מ'זאל שטענדיג בלויז זוכן ארויסצוהעלפן א צווייטן און שענקען א שמייכל, אזוי איז מען זיך קונה גוטע חברים.
תוקן על ידי - שמעק_טאביק - 07/01/2005 2:42:10
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-7/1/2005 05:26 |
|
| |
עס איז גיווען ערגעץ ווי מען האט גיווארפן טאמעטאס אין איינער איז ארויגעקומען אין גישאסען איינעם אויף טויט סא אויב די קאר איז פון א גוי איז א סכנה
|
|
|
|
| נשלח ב-7/1/2005 06:25 |
|
| |
משה בער
די האסט געזען אז דיינע קינדער ווארפען SNOWBALLS אויף קאר'ס און האסט זיי גארנישט געזאגט?
ביסט אפשר משפחה מיט משה בער בעק פון ראמאלא?
איך האב געזען ווי אפאר קינדער פון א גואישע באס האבען געווארפען שניי באלס אויף איינעם יענער האט אפגעשטעלט דעם באס און גערופען פאליציי. און עס איז בכלל נישט געווען פוגלדיג.
|
|
|
|
| נשלח ב-7/1/2005 17:03 |
|
| |
יישר כח!
איך אנערקען די טענות, איך וועל עס אנזאגן אינדערהיים!
יישר כח, JEWBOW! זאלסט זיין געבענטשט פארן אהערשטעלן אזא מייסטערהאפטיגע סיסטעם. לדעת את הדרך אשר ילכו בה.
און פארן עולם, עטץ ווייסטס ניטאמאל וואס עטץ האטס ענק איינגעשפאָרט! עטס ווייסטס וויפיל קינדער איך האב?...
|
|
|
|
| נשלח ב-9/1/2005 07:34 |
|
| |
ווען איינע פון דיינע רוב בניו קע''ה וואלט געווארפען אויף א גוי וואלסטו געווען אין א סכנה צו האבען ח''ו מיט איינס וויינגער
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2005 07:58 |
|
| |
וואס טוט מען ווען א גרופע גוים ווארפען SNOWBALLS?
פאליציי קען עפעס טון?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2005 08:09 |
|
| |
צו worldwar:
די מעשה מיט די טאמעטאס איז געווען אין "עמיש טאון", ווען אין איינע פון זייערע חגאות האבן זיי א מנהג צו ווארפן טאמעטאס אויף יעדע קאר וואס פארט אדורך.
ביז איינער איז ארויסגעקומען און געשאסן אויף זיי, פירנדיג צו א ריזיגע דעבאטע אין גאנץ אמעריקע איבער זייערע מאדנע מנהגים.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2005 16:47 |
|
| |
רבותי! ביטע ענטפערן:
1) ווילאנג מעג מען לאזן קינדער אינדרויסן ביי א שניי? א האלבע שעה? 1 שעה? 3 שעה?
2) ווילאנג ברויך מען לערנען מיט קינדער ווען זיי האבן "נישט" קיין חדר? א האלבע שעה? א שעה?
[פארשטייט זיך, עס ווענדט זיך אין די יארגאנג פון די זיסע קינדערלעך, BUT איך האב פון "אלע סייזעס"!].
מיינע קינדערלעך שיחי' ווארטן אויף אן ענטפער!
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2005 02:28 |
|
| |
1) ווילאנג מעג מען לאזן קינדער אינדרויסן ביי א שניי? א האלבע שעה? 1 שעה? 3 שעה?
1 שעה
2) ווילאנג ברויך מען לערנען מיט קינדער ווען זיי האבן "נישט" קיין חדר? א האלבע שעה? א שעה?
ווי מער אלץ בעסער איז
[פארשטייט זיך, עס ווענדט זיך אין די יארגאנג פון די זיסע קינדערלעך, BUT איך האב פון "אלע סייזעס"!].
וועלכע סייז זענען זיי?
מיינע קינדערלעך שיחי' ווארטן אויף אן ענטפער!
דיינע קינדער ווייסן וואס איז דאס אינטערנעט?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2005 03:01 |
|
| |
איך זעה אונזער חשוב'ער מנהל האט גוט פראקטיצירט פאר די חתונה, וואו באקומט מען אזעלכע גוטע אינפארמאציע ???
KEEP UP THE GOOD WORK !
|
|
|
|
|