בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

בלאט ארויף אויף $1.50

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/1/2005 18:55 לינק ישיר 
בלאט ארויף אויף $1.50

does any noticed that?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/1/2005 22:57 לינק ישיר 

דארף מען זעהן אז די ענגלישע און אידישע זאל נישט און 2 יאר ארום העכרען זייער פרייז, ווייל אויב יא געשעט ווי געשריבען אויבן,
קען זיין אויכט אז ממיז קאווארען די פעפער, אבער יעדע 2 יאר ארויף מיטן פרייז, קיינמאל נישט געהערט פאר דער בלאט האט זיך געעפענט, זיי האבען טאקע געשריבען אלע חסידות אבער זיי טרייבען די פרייז ארויף משוגע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2005 22:45 לינק ישיר 

לויט ווי איך געדענק איז דער בלאט געשטאנען ביי איר דעמאלסדיגן נייעם פרייז פון 1.25 $ מיט 2 יאר צוריק אדער מער.
ערשט סוף פאריגן זומער האבן די אנגלא-אידישע צייטונגען געהעכערט זייער פרייז פון 1$ אויף 1.25 און אויך די צייטונג מיט דער איד האבן דעמאלט געהעכערט.
איך האב גערעדט די וואך מט די צייטונג און צו דער איד, און ביידע זאגן אז נישט דאס פאפיר און נישט דער דרוק איז געשטיגן אין די לעצטע צייטן.
און דער ליינער איז נישט אינטערעסירט אויב דער בלאט וויל "העלפן בויען" פרישע מוסדות אדער ביזנעס (סתם קרעפ).
ציניקער זאגן אז דאס מיינט מען פשוט דעם בלאט...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/1/2005 22:28 לינק ישיר 

די גאנצע איידיע פון האלטן אין איין העכערן די פרייזן פון א צייטונג איז קעגן די פילאספי פון די סוקסעס פון א צייטונג, א צייטונג בויט נישט אויף אירע הכנסות פון די פאר צענטן וואס זיי מאכן פון די פאפיר וואס מ'פארקויפט, נאר פון די עדווערטייזמענטס, אן עדווערטייזמענט איז מער ווערד ווען וואס מער אויגן קוקן דערויף עס רופט זיך "איי-באללס" אדער "סורקיולעישן", ממילא אויב דורכן העכרען די פרייז פארלירט מען ליינערס כאטשיג מ'מאכט מער געלט אויפן פאפיר, שוואכט עס אפ די וועליו פון די עדווערטייזמענטס, א פערפעקט עקזעמפעפ איז די נ.י. פאוסט, פאר יארן צוריק זענען זיי געווען ממש אויפן שוועל באנקראפסי, וואס האבן זיי געטאן? זיי האבן אראפגעלאזט די פרייז פון 50 סענטס צו 25 סענטס, דאס האט זיי ממש געראטעוועט, דאס איז געווען די קלוגסטע שריט פון זיי, און היינט זענען זיי פון די שטערקסטע צייטונגען אין אמעריקע.

מיט דעם אלעם קען נישט מדמה זיין די היימישע צייטונגען וואס האבן זייער א קליינע מארקעט קעגן די גויאישע, און די עקספענס פון די פאפיר שפילט זייער א גרויסע ראללע און זיי מוזן פשוט זיך קאווערן צו סורווייוון.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/1/2005 22:22 לינק ישיר 

נטראל
איך האלט אויך נישט פין די פרייז העכרונג .אבער קיין טענות קען מען נישט צי אים ווייל ווילסט נישט קויף נישט

עס איז נישט קיין זאך זאך וואס די ברויכסט צים לעבן!!

טענות דארף מען האבן צי אינזערע היימישע יודעשע סוחרים!

עס אינז א הימל געשריי ווי אינזערע ברידער רייטן אויף אינז ביי ""זאכן וואס מען מיז יא האבן צים לעבן""

למשל מילעך. מילכיגס. גרעיפ דשויס.גראסעריס.{בפרט אין קר"י} קליידונג שיך פאר קליינע קינדער וכו"זיי האבן די מאנפאל מען מיז קויפן פין זיי אין גזלן אינזער געלט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/1/2005 21:43 לינק ישיר 

דע פראבלעם פון ארויף גיין די פרייז איז א יעדער קאפירט נאך דער בלאט און אלע צייטונגען העכרען אויכט, ד.מ. עס קאסט 50$ מער יעדעס יאר! נאר ווייל דער בלאט גייט ארויף מיטן פרייז, און די ערגסטע פון אלעס איז א יעדעס מאל די אנדרע צייטונגען העכרען די פרייז העכרט דער בלאט ווייטער די פרייז, און 4 יאר ארום גייען אלע צייטונגען קאסטען 2$ און 10 יאר ארום וועט עס קאסטען באלד 4$ דאללער יעדע צייטנוג! פשוט נאר ווייל דער בלאט העכרט די פרייז!, מ'דארף עפעס זעהן צו טוהן אז אלע צייטונגען זאלען נישט נאכפאגען די משוגענע זאך פון דער בלאט, [אפילו די ארונים, וויפל איז די שיעור פון העכרען די פרייז? יעדע 2 יאר? עס איז נישט נארמאל, א געוונטליכע צייטונג פאר דער בלאט איז ארויף מיטן פרייז האט געהכרט איינמאל און 10 יאר, אבער יעדעס 2 יאר! זאיס משוגע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2005 16:37 לינק ישיר 

שמעק_טאביק
האסט א שטיקל טעות! "דער בלאט" גייט נישט ארויפגיין יעדעס יאר! ער גייט נאר אלטס בעטן "מער" ווי "דער איד"!
און צוליב א פשוטע סיבה,
"דער בלאט" שטעלט צו אסאך בעסערע ארטיקלן, און דעקט "אלע" נייעסן, פון "אלע" מוסדות, פון "אלע" גשעענישן וואס "דער איד" "שעמט זיך עס צו טוהן!
איך וועל דיר געבן א דוגמה [נאר איינער וואס ליינט רעגעלמעסיג "דער בלאט" וועט פארשטיין וואס איך שרייב]

די פארשוואונדענע "לעמעלע"... - וואס היינט צו טאג הייסט עס אז דאס וועט זיין די "געששעעניש פון יאר"!!...

מספיד זיין א צווייטן מענטש...

ועוד ועוד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/1/2005 09:32 לינק ישיר 

ולמה בארה"ק 16 ש"ח (4 $)?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/1/2005 02:10 לינק ישיר 

יא, איך האב באמערקט... דער געשעפטס מאן האט מיר געבעטן נאך א קוואדער, און דערנאך האב איך געליינט דאס "ווארט פון די רעדאקציע". ווי עס קוקט יעצט אויס, פון די לעצטע יארן עקספיריענס, וועט "דער בלאט" יעדן יאר העכערן מיט א קוואדער.

האט איר אויך געליינט די "ווארט" פון די רעדאקציע? זיי שרייבן דארטן אן קיין בושה: "זינט דעם ערשטן טאג פון איר גרינדונג האט זי אוועקגעשטעלט אלס פרינציפ צו שענקען דעם גרעסטן כבוד און אויפמערקזאמקייט פאר אלע חרד'ישע קהלות און מוסדות התורה צוגלייך, א פרינציפ וואס איז שפעטער נאכגעפאלגט געווארן דורך אנדערע אלט-געזעסענע אידישע צייטונגען..."

"דער איד" איז אויך אביסל ניי די וואך, נייע אותיות אין דעם ערשטן חלק, וואס, במחילת כבודם, מאכט איר אויסקוקן ווי גאר אן אלטן צייטונג פון די תש"מ יאהרן. איך רעקאמענדיר פאר "דער איד" צוריקצושטעלן די אותיות פון יעדע וואך און נישט זוכן קיין חדשות אשר לא שערום אבותינו.

"די צייטונג" האט אויך געטוישט די קעפלעך פון די ארטיקלען (היברו קאנדענסט) די זעלבע אותיות וואס סיי "דער איד" און "דער בלאט" נוצן פאר זייערע קעפלעך.

תוקן על ידי - שמעק_טאביק - 09/01/2005 2:12:39



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > בלאט ארויף אויף $1.50
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext