בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

יום וערש"ק וארא תשס"ה לפ"ק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/1/2005 19:25 לינק ישיר 
יום וערש"ק וארא תשס"ה לפ"ק

"ממשלה בהכשר הרב"

ווען מ'זעהט א קעפל אין ידיעות אחרונות מיט די ווערטער "בהכשר הרב" ברענגט עס ארויף זכרונות פון אמאהל וואס ווי בעקאנט ווען די תנועה הציונות איז געגרינדעט געווארן איז געווען די חוזה המדינה הרצל און די רב המכשיר הרב קוק אזוי האט עס געצויגן שטיצערס פון ביידע שיכטן סיי פון די משכילים און סיי פון די רעליעגעזע און אזוי מיט די יאהרן האט זיך געבויט דער תנועה הציונות מיטדערצייט די אופבוי פון ארה"ק, וואס די אלע אזויגערופענע ציונים זענען טאקע אנגעקומען קיין ציון און האבן זיך גענומען אקערן פעלדער און צוריק אויפבויען דאס לאנד וואס פאר די לעצטע פופצען הונדערט יאהר און געווען א מדבר שממה מיט ישמעאלים, הרב קוק איז אויך ארויף קיין א"י מיט כמעט הונדערט יאהר צוריק און ער האט געדינט בתור רב הראשי פאר אלע רעליגעזע ציונים וואס רוב פון זייערע אייניקלעך זענען די היינטיגע חילונים, פארוואס דאס איז אזוי געשעהן און פארוואס מ'האט אזוי צוגעפירט פון הימל איז ענין פאר זיך אליין אבער נאך די שואה זענען טויזענטער פליטים ארויף קיין א"י, אזוי איז היינט א"י צוריק באזעצט און די יישב א"י שפראצט און בליט, אזוי ווייט אז עס איז זעלטען צו זעהן א לאנד וואס איז בלויז 56 יאהר זאל זיך אזוי ארויפבויען און זיין איינע פון די פארגעשריטענסטע לענדער אין די וועלט (וואס זיי זענען די גלגולים פון די מהרסים וואס האבן חרוב געמאכט א"י און מ'האט זיי צוריק אראפגעשיקט אויף דער וועלט אויפצובויען א"י), און אהערגעשטעלט וואונדערבאר וואס מ'זעהט ממש ווי מ'האט צוגעהאלפן פון הימל, און מ'זעהט קלאהר אז פון הימל האט מען געוואלט אז א"י זאל צוריק אויפגעבויט ווערן פאר משיח קומט (חוץ די אלע נביאות וואס שטייט אין די הייליגע ספרים פון מביאים וכתובים וואס אלעס רעדט זיך פון ישראל), די רשעים וועלן נאך באקומען זייער עונש, אבער די יישב א"י שטייט, ס'איז נאר אינטערעסאנט צו זעהן ווי שרון דרוקט זיך אלס אויס אז ער זעהט זיך אזוי ווי די ערשטע ראש ממשלה, די פני מנחם זצ"ל פון גור האט מיט פופצן יאהר צוריק זיך געגעבן א דרוק אויס, אריאל שרון וועט זיין די לעצטע ראש ממשלה פון מדינת ישראל, הרב אליישב איז א ריכטיגע ממלא מקום פאר הרב קוק וואס ווי בעקאנט האט ער אליין געדינט אין די רבנות, און אזוי ווייט אז אפילו די אייגענע חילונים באטיטלען אים "בהכשר הרב" אזוי ווי עס איז געווען די תפקיד פון הרב קוק, וואס איז געווען א תלמיד חכם מובהק אבער ער האט זיך מורא'ידג טועה געווען אין אזא געוואלדיגע ענין און איז ווייט פארקראכן.

הגה"ק בעל מנחת אלעזר זצ"ל האט זייער שטארק לוחם געווען קעגן הרב קוק און ביי שלש סעודות האט ער זייער געשטורעמט וועגן די ציונים, ס'איז זיכער אז ווען ער לעבט היינט וואלט פונקט אזוי לוחם געווען קעגן הרב אליישב וואס ווען די אגודה איז געגרינדעט געווארן איז ער געווען פון די גרעסטע לוחמים, און היינט ווען די אגודה איז א חלק פון ציונות וואלט זיכער געווען די זעלבע זאך.

אבער מ'זעהט קלאהר אז דאס איז געווען די רצון פון הימל, אבער די צדיקים האבן טאקע געדארפט קעמפן קעגן דעם איינס האט נשט צוטוהן מט'ן צווייטן, אהן די אגודה קען זיך א פרומע איד נישט קיין עצה געבן אין א"י, און ס'איז אינטערעסאנט צו זעהן די עורכים פונעם גוי, זיי הערן נישט אויף ארונטערצורייסן די אגודת ישראל, אבער ווי שיין איז צו זעהן ווען א אזוי גערופענע קנאי קומט אריין אין די אפיס פון אגודת ישראל אין רחוב פרס אין ירושלים און בעהט השתדלות אין פארגרינגערן שטייער וואס די אגודה שטעלט צו בכל עת ושעה, ווי גרויס איז די צביעות ווען זיי באשמוצען יעדע חבר כנסת אבער ווען נישט זייער השתדלות פאר זיי בכל עת ועידן ווי אזוי וואלטן זיי אויסגעזעהן היינט, איי וועט איר זאגן אז מ'דארף קנאות, דאס איז געווען גוט פאר אזא קדוש עליון ווי די סאטמארע רבי זצ"ל קיינע בעהט נישט מהרסיך ומחריביך זיך אנוצונעמען פאר'ן כלל ישראל, די שענסטע וועג איז געווען פונעם באבאווער רבי'ן זצ"ל וואס האט גארנישט געזאגט און מ'זעהט אז זיינע תלמידים ענען ב"ה שומרי תורה ומצוות און זענען נישט אין די קיבוצים, יעדע ווייסט וואס די סאטמערע רב האט געמיינט און ער האט אפגעראטעוועט דעם דור אבער דאס געהער זיכער נישט פאר די לויגויס וואס זענען פון די עורכים פונעם גוי.

א) די קאלומ'ס ווי עס ווערט ארויסגעברענגט פארשידענע השקפות, אין יעדע נארמאלע צייטונג ווי דער "המודיע" איז דארט דא טעגליך און ספעציעל וועכנטליך זייער שיינע קאלומ'ס פון פארשידענע שרייבערס מיט זייער נאמען קלאהר ארויסגעשריבן וואס חוץ וואס יעדער קען זיי האבן זיי נאך דער שם טוב על גבם און מ'ווייסט פון וואס מ'ליינט, פארוואס זאל איינער וואס נעמט אפיר דעם דער גוי צייטונג וואס ער צאהלט און אהנעמען אפילו איין ווארט וואס עס ווערט געשריבן דורך א קאלום שרייבער מיט א פאלשע נאמען, ווער זענט איר? שרייט זיך ארויס פארוואס זאל איך אייך בכלל וועלן צוהערען? ס'איז פשוט איין גרויסע פאשקוויל צוזאמען מיט עד'ס און חתונה הזמנות, אפילו די ארטיקלען וואס קהלות און סתם עמך שטעלן אריין ווערט אלעס צענזארירט נישט ח"ו אפצוגעבן פאר קיינעם דעם פארדינטען כבוד, ממש ווי די ערב רב, וואס זיי האבן נישט קיינעם געקענט מכבד זיין נאר זייער אייגענע צביעות, נישט משה רבינו נישט אהרן הכהן נאר דתן ואבירם, וואס זיי שרייען אלס אז די ציונים זענען די ערב רב אבער ס'זעהט זיך אויס אז די ציונים זענען די מהרסים וואס האבן חרוב געמאכט א"י און זיי זענען די ערב רב.

די סימנים מובהקים אז זיי מיינען נישט לשם שמים, איז אז זיי וועלן קיינמאהל נישט טוהן קיין טובה פאר א איד, יעדע שיינע ארטיקל וועלן זיי צושפלוטערן און מאכן פון יענעם א חוזק אונזער פליכט איז נישט צו באשרייבן די צייטונג נאר אז מ'האלט שוין דא וועלן מיר מעורר זיין עטליכע נקודות.





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/1/2005 01:18 לינק ישיר 

please make a normal heading with the subject not a date.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/1/2005 01:14 לינק ישיר 

nice article!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > יום וערש"ק וארא תשס"ה לפ"ק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext