בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

שמחה אין חב"ד: געטראפן גע'גנב'טע דולרים!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/1/2005 07:49 לינק ישיר 
שמחה אין חב"ד: געטראפן גע'גנב'טע דולרים!
מצורף קובץ

גרויס שמחה הערשט אין די חב"ד קרייזן, נאכדעם וואס גנבים האבן צוריקגעגעבן גע'גנב'טע דולרים, וועלכע זיי האבן ארויסגע'גנב'ט פון איינעם'ס שטוב אינמיטן א חתונה.

ווער עס זעט די נייעס, קען זיך אים דוכטן ווי איינער איז באגליקט געווארן מיט א געטראפענע אבידה, אין דער ווערד פון הונדערט מיליאן דאלאר!

דא איז א קאפיע וויאזוי דער מעריב שרייבט די נייעס:



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/1/2005 08:03 לינק ישיר 

די שמחה אין חב"ד:

http://www.col.org.il/news_pages.asp?0



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/1/2005 08:01 לינק ישיר 

מצורף קובץ

אנטשולדיגט, דאס איז דער בילד:





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/1/2005 07:58 לינק ישיר 

מצורף קובץ

די חתונה איז געווען ביי די טאכטער פון הרב משה שמואל אוירכמאן יו"ר מוסדות חב"ד אין קריות. די חתונה איז געווען זייער לעבעדיג און פרייליך, עס האט געשפאלטן הימלען! אבער ווען די אוירכמאן פאמיליע איז אהיים נאך די חתונה האבן צו זייער שאק אנטפלעקט ווי מען האט זיי בארויבט טייערע חפצים און פערזענליכע ווערדפולע דאקומענטן, וואס האט אנטהאלטן הונדערטער דולרים און איזראעלישע וואלוטע, מעטאלענע און פאפירענע געלטער וואס זיי האבן באקומען פון ליובאוויטשער.

די אוירכמאן משפחה האט געהאט גרויס עגמת נפש אז מען האט זיי בא'גנב'ט די דולרים, און אלע לאקאלע ראדיא סטאנציעס האט זיך הרב אוירכמאן אינטערוויוט און זיך געבעטן: געוואלד! גיבט מיר צוריק די דאלארן פונעם רבי'ן!

ווי ס'זעט אויס האבן די גנבים א אידיש הארץ און זיי האבן פארשטאנען דעם געפיל פון א חסיד... דעם מוצאי שבת האט די משפחה געטראפן אין זייער פריוואטן פאסט-קעסטל דעם בינטל דולרים, ארומגענומען מיט א ראבערנעם פלאסטיק.

דאס איז דער בילד פון די דולרים פון ליובאוויטשער רבי'ן, געגעבן במשך פון צענדליגער יארן פאר אסאך פון די אוירכמאן שפחה מיטגלידער:



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > שמחה אין חב"ד: געטראפן גע'גנב'טע דולרים!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext