מצורף קובץדי חתונה איז געווען ביי די טאכטער פון הרב משה שמואל אוירכמאן יו"ר מוסדות חב"ד אין קריות. די חתונה איז געווען זייער לעבעדיג און פרייליך, עס האט געשפאלטן הימלען! אבער ווען די אוירכמאן פאמיליע איז אהיים נאך די חתונה האבן צו זייער שאק אנטפלעקט ווי מען האט זיי בארויבט טייערע חפצים און פערזענליכע ווערדפולע דאקומענטן, וואס האט אנטהאלטן הונדערטער דולרים און איזראעלישע וואלוטע, מעטאלענע און פאפירענע געלטער וואס זיי האבן באקומען פון ליובאוויטשער.
די אוירכמאן משפחה האט געהאט גרויס עגמת נפש אז מען האט זיי בא'גנב'ט די דולרים, און אלע לאקאלע ראדיא סטאנציעס האט זיך הרב אוירכמאן אינטערוויוט און זיך געבעטן: געוואלד! גיבט מיר צוריק די דאלארן פונעם רבי'ן!
ווי ס'זעט אויס האבן די גנבים א אידיש הארץ און זיי האבן פארשטאנען דעם געפיל פון א חסיד... דעם מוצאי שבת האט די משפחה געטראפן אין זייער פריוואטן פאסט-קעסטל דעם בינטל דולרים, ארומגענומען מיט א ראבערנעם פלאסטיק.
דאס איז דער בילד פון די דולרים פון ליובאוויטשער רבי'ן, געגעבן במשך פון צענדליגער יארן פאר אסאך פון די אוירכמאן שפחה מיטגלידער:

|
|