בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

"האלאו", גאוה אדער אנגענומענער אויסדרוק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-9/1/2005 23:39 לינק ישיר 
"האלאו", גאוה אדער אנגענומענער אויסדרוק

איך וויל אויסשמועסן א טעמע וואס קען זיין עטס וועטס מיך אנקוקן ווי פון די לבנה אראפ אדער אז איך פארטשעפע מיך אויף גראדע ווענט, אבער סיז א זאך וואס באדערט מיך שוין פאר א שטיק צייט און איך קען עס פשוט נישט סובל זיין.

דאס ווארט "האלאו". ביי די חסידישער עולם ספעציעל ביי די סאטמארע איז עפעס דא אזא מין מנהג א מ'פארגינט נישט צו רופן א צווייטן ביים נאמען, נאר אלעס איז "האלאו!", "האלאו! וויפיל אזייגער איז", "האלאו! האסט אפשר א פעדער?", איך האלט אז דאס ווייזט אויף גאות, מ'האט עפעס מורא אז די הויכגעשפריצטע כבוד וועט פארמינערט ווערן אויב מ'רופט א צווייטן ביים נאמען, און אפי' מקען נישט איינעמס נאמען מעג מען זאגן "אנטשולדיגט", ווען מ'רופט מיך "האלאו" איגנאריר איך יענעם, אדער זאג איך יענעם איך הייס נישט "האלאו", סיז אזאך וואס איך קען נישט סובל זיין.

איך רוף יעדען וועם איך קען ביים "ערשטן" נאמען, איך האלט אפי' רופן איינעם ביים "לעצטן" נאמען איז א געמיינהייט.

קען זיין איך טשעפע מיך אן אויף גראדע ווענט אדער מעגליך סיז נישט אזוי איינגעריסן.

וויפיל מאל א טאג הערט עטס דאס ווארט האלאו?

ווי אזוי שפירסטו דיך ענק ווען איינער רופט דיך ביים ערשטן נאמען, אנשטאט "האלאו!"?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2005 07:05 לינק ישיר 

אמת יש כאלו, אבל יש גם פוסטע בעלי גאוה.

איכא ואיכא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2005 07:00 לינק ישיר 

איגריקע טייערער, לאמיר דיר עפעס אויסלערנען אין לעבן.

די מענטשן (וועלכע דו רופסט "פערדן") וואס מאכן זיך וויכטיג און פילן זיך מיט א קאפ העכער ווי יענעם, און זיי מאכן דיר ברעכן, זענען נישט אזעלכע פוסטע בעלי גאוה ווי דו מיינסט. זיי זענען עפ"י רוב צובראכענע פארביטערטע מענטשן וואס באקומען נישט זייער פארדינטע אטענשאן אינדערהיים אדער אין ארבייט אדער אין ביהמ"ד צווישן די חברים, ממילא קען מען נישט ערווארטן ער זאל זיין "פריינטליך" צו איינעם וואס גיט אים שלו' וכדומה.

ביודעי ומכירי קאמינא. איך ווייס פון פילע מענטשן וועמען איך פערזענליך האב יארן לאנג נישט געקענט סובל זיין צוליב זייער פארריסענע שטאלץ און געשלעגערייען, קוקן אויף יעדן אראפ, און שפירן זיך דאס וויכטיגסטע אין שטאט,און שפעטער בין איך געוואויר געווארן אז זיי קומען פון צובראכענע שטובער, זה בכה וזה בכה, הצד השוה שבהן אז אלע זענען געווען צוקלאפט און פארווייטאגט, און כדי נישט צו וויינען אין פאבליק און ארויסווייזן די צובראכנקייט, מאכט מען זיך וויכטיג, כולי האי ואולי ירחם, אפשר דאך וועט זיך איינער מרחם זיין און אים "ארויפקוקן".

טאקע דערפאר זאלסטו וויסן, ווען איינער מאכט דיך ברעכן, דארף ער נישט נאך "ברעכן"... ער איז שוין גענוג "צובראכן"... ער איז דער מענטש וואס דארף חיזוק, און דו קענסט אים עס געבן מיט דיין שלום און שמייכל, און קונה זיין עולמך בשעה אחת, און דער יעניגער וועט דיר עס זיכער שטענדיג געדענקען, און אל תהי בז לכל אדם שאין לך אדם שאין לו שעה, די ווערטער פון חז"ל זענען קילורין לעינים, הפך בה והפך בה דכולה בה (נו, זינג זשע "בן בג בג")



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2005 05:42 לינק ישיר 

usa אוי ווי גערעכט די ביסט! ביסט פון מיינע!

די מיינסט דו מענטשן (פערדן) וואס ווען מ'געט זיי שלום, וועלן זיי קיינמאל נישט קוקן דעם חבר אין פנים, נאר אוועק קוקן און מאכן אן אנשטעל כאילו ער האט פונקט באמערקט עפעס אינטערסאנטער ווי דיר, איך שפיר וויל ארויף ברעכן אויף אזא איינעם, אזעלעכע מענטשן דארף מען איגנארירן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2005 04:19 לינק ישיר 

איגריקע, צום פוינט.

און גראדע ע"פ רוב זענען דאס די זעלבע מענטשן וואס ווען דו ווילסט רעדן מיט זיי שפאצירן זיי זיך אוועק... און "דו נאַר איינער וואָק מיך נאך און רעד מיר צום רוקן".

איך לאז אזא איינעם ווייטער וואקן, ס' איז נישט ווערט די טובה -אפילו איך בעט אים צען טויזענט דאלאר- זיך צו לייגן פאר דיר בעל גאוה'ניק צו דער ערד.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2005 23:26 לינק ישיר 

איגריקע

אסט געברענגט זייער א גוטע נושא, א נושא וואס איך בין אויך שטארק פאראינטרעסירט קולכבוד.

עניוועי, ווען איינער שרייט מיר האללא רוף איך מיר אויך נישט, אדער זאג איך יענעם אנטשולדיגט מר. איך האב א נאמען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2005 14:11 לינק ישיר 

מכת צפרדע נישט פיקל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2005 06:04 לינק ישיר 

האב איך רעכט צו זיין ברוגז?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2005 05:36 לינק ישיר 

דו געדענקסט די ווערטער?

"ווען דער ליבאוויטשער רבי וואלט געווען א שתקן און ער וואלט כמעט נישט גערעדט קיין עתידות, ממילא, וואלט עס געווען א וואונדער, אבער דער רבי האט דאך גערעט ערב ובוקר וצהרים פון וואסערן, פייערן, בערג און טאלן, מלחמות מגפות, קרענק, ביימער , גראזן בנינים, אייער, בלומען, טשאלענט, שמאטעס, אלעס וואס איז נאר דא אין א דיקשענערי, ער האט זיכער געמאכט צו רעדן פון אלעם אויף דער וועלט, צו זיין געקאווערט און פאל וואס אימער עס פאסירט נאר."

תוקן על ידי - אינהכינמי - 07/01/2005 1:12:53



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2005 02:27 לינק ישיר 

מצורף קובץ

צבי, אפשר קענסטו מיר זאגן ווען איך האב דיך באליידיגט, אויב יא בעט איך דיר איבער

דער פיקל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2005 01:48 לינק ישיר 

SHIA
איך האב א פערזענליכע חשבון מיט MR. CUCUMBER, אנדערשט וואלט איך אינגאנצען איגנארירט זיין גאר וויכטיגע אשכול
BUT THANKS FOR CARING SO MUCH ABOUT MY WRITING!!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2005 01:41 לינק ישיר 

איך האב אמאהל גערופען אן איזרעילי, טסס, און ער האט זיך אזוי גערעגט, איך האב מיך אנטשולדיגט אז איך האב נישט געוויסט זיין נאמען, אבער ער האט נישט מקבל געווען מיין פיוס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2005 00:30 לינק ישיר 

ASIDE פון די אומבטעמטע שפראך פון צבי כדרכי בקודש, איז נישט דא וואס צו רעדן אז עס איז נישט געשמאק צו ווערן גערופען נישט ביי די נאמען.

אבער ביי אונזער קרייזען איז מען נישט מקפיד אויףד עם.

איך האב אמאל געזען ווי איינער האט גערועפן א גוי מיט א פייף איז עס איז שיעור געגאנגען מכות דארט לכבוד דעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/1/2005 00:01 לינק ישיר 

האלאו
גיי צוריק שלאפען, און ווען דו שטייסט אויף לערן זיך אויס ווי צו שרייבען אידיש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > "האלאו", גאוה אדער אנגענומענער אויסדרוק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext