בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

דאוונען אין ראדני, אויסגעהאלטן ע"פ הלכה?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/1/2005 23:03 לינק ישיר 
דאוונען אין ראדני, אויסגעהאלטן ע"פ הלכה?

אזוי ווי די פייטס אין סאטמארע ביהמ"ד אין וויליאמסבורג איז לעצטענס זייער פראמינענט, איז מיר בייגעפאלן א שטארקע פראגע.

כאב אמאל געהערט פון ר' נתן יוסף מייזעלס שליט"א, אז דער סאטמארע רבי זצ"ל האט איהם אמאל געזאגט אז דער אפטייטש פון א "חסידישער איד" מיינט אז מ'איז גרייט זיך מוסר נפש צו זיין פאר א יעדע קוצו של יוד פונעם שו"ע.

איך וועל דא אראפ ברענגן א קלארע "קוצו של יוד" וואס זאגט קלאר אן קיין שום חילוקי דעות אז א ביהמ"ד ווי די הערצער זענען נישט באחדות, איך רעדט נישט פון פיזיש זיך שלאגן און מבזה זיין איינעם דעם אנדערן, זאל מען נישט דאווענען.

דא איז די לשון וואס דער משנה ברורה ברענגט אראפ בשם ת' רדב"ז, או"ח הל' ביהכ"נ ס' ק"נ סק"ב:

ועיין בת' רדב"ז ח"ג סי' תע"ב שהאריך בדינים אלו, ובסוף דבריו כתב, וכל זה בזמן שכולם לב אחד הוא, שקילוסן עולה יפה, אבל אם חלק לבם, יותר טוב הוא שיתפללו כל כת בפני עצמה וכו', ולא תטעה בדברי לומר שאני סובר שהחלוקה טובה ח"ו, דהא קרא כתיב, חבור עצבים אפרים הנח לו חלק לבם עתה יאשמו וגו', אלא צריך להשתדל שיהיה לב אחד לאביהם שבשמים, ואם אי אפשר, אלא שתמיד הם מתקוטטים והם במחלוקת, דחה הרע במיעוטו, עכ"ל שם בתשובה, ועי' בפ"ת חו"מ סי' קס"ב מה שהאריך בעינינם אלו.

איך האלט ע"פ הל' טארן ר' אהרן'ס חסידים נישט קומען דאווענען אין ראדני, זיי זענען גורם אז "חסידישע" אידן נכשל צו ווערן און דעם "קוצו של יוד", זיי האבן זיך געעפענט אן אייגן הערליך ביהמ"ד, וואס דאס איז טאקע אזוי ווי די הלכה, אז מ'דארף זיך אפטיילן אויב סיז נישט דא קיין אחדות. זיי האבן נישט קיין שום תי' צן קומען צו ר' זלמן לייב'ס ביהמ"ד, און אויב זיי קומען יא און סיז דא דארט א שרעקליכע שנאה, טאר קיין "חסידישער" איד דארט נישט דאווענען.

איך האב הנאה פון ר' זלמן לייב'ס חסידים וואס האבן געעפענט אן אייגן ביהמ"ד אין מאנרא, איך שטעל מיך פאר אז זיי האבן עס גאטאן וועגן די אויבנדערמאנטע הלכה, און זיי טוען 100% ווי די הלכה ווייל זיי קומען נישט שטערן ר' אהרן'ס חסידים.

בקיצור, מעג מען דאווענען אין ראדני צו נישט?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2005 23:14 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט. דער רבי ז"ל האט דאך געשריבן אז ס'איז נשתכח דער דרך הבעל שם, טא ווי קען זיין אז ער האט מסביר געווען וואס דאס מיינט א 'חסידישער איד'?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2005 23:18 לינק ישיר 

פרעגסט גוט, אויף דעם וועסטו מוזן ווארטן אויף תחיית המתים, און פרעגן דעמאלטס דעם סאטמארען רבין זצ"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2005 23:23 לינק ישיר 

די צווייטע קשיא איז:

ווי מעג מען זיך מוסר נפש זיין אויף א קוצו של יו"ד פון שו"ע. מיר ווייסן דאך אז אפילו אויף א מצות עשה דאורייתא טאר מען זיך נישט מוסר נפש זיין. און נישט נאר וואס עס איז נישט קיין גוטע זאך, איז עס גאר אן איסור. כ"ש בן בנו של כ"ש אז אויף א קוצו של יו"ד פון שו"ע טאר מען זיך נישט אוועק געבן דעם זעל.


ס'איז ביי מיר ברור אז די מעשה איז שקר. כ'האלט אז עס איז אן עולה צו פארשפרייטן אזא לשון הרע אויף דעם צדיק הדור. ועל כגון דא האט אונז דער רבי ז"ל אויסגעלערנט נישט צו גלייבן קיין מעשיות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2005 23:31 לינק ישיר 

משיח, ביסט אזוי גערעכט אז איך האלט נעקסטע מאל ווען די גייסט צו א דינער און די וועסט הערן דער בעל דרשן זאגן אז ר' פלוני אלמוני געבט זיך אוועק פאר די מוסד מיט "מסירת נפש", זאלסטו זיך אויפשטעלן מוחה זיין. "וואס הייסט "מסירת נפש" איז נאר פאר די 3 עבירות!"



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/1/2005 23:52 לינק ישיר 



ראדני איז בכלל נישט זאליס שול, די אהרונים דאווענען דארט אלע יארן ווען זאלי האט נאך געוואונט אין בארא פארק און זיך געדרייט אין סיגוט מיט די אפגעשעפטע בערד, און יעדער האט אים געקענט אלס פוסטער עם הארץ, און נאך היינט זענען די אהרונים רוב אין ראדני.


זאלי זיך צוריק מאפן קיין בארא פארק וועט זיין אין ראדני שלום ושלוה, אזוי ווי פאר ער איז אנגעקומען צו מאכן מחלוקת און שנאת חנם.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2005 00:20 לינק ישיר 

אפשר וועגן דעם קומט דער רבי אזוי ווייניג מאל אריין אין ביהמ"ד?...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2005 02:18 לינק ישיר 

משיח
מען מוז זיך מוסר נפש זיין נאר פאר די דריי עבירות, מען מעג זיך מוסר נפש פאר אלע מצוות עשה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/1/2005 02:21 לינק ישיר 

די ישמח משה שרייבט אז א חסיד מעג זיך אייביג מוסר נפש זיין ווייל דאס איז וחי בהם דאס גיט אים חיות
טא. אויב אזוי איינער וואס האט חיות פון גישלעג איז דאס וחי בהם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2005 21:40 לינק ישיר 

WORLDWER
איך זעה נישט פארוואס דו האסט אריינגעלייגט א פיקטשער פון א "טרויערדיגע מענטש"?...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/1/2005 22:31 לינק ישיר 

סארי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > דאוונען אין ראדני, אויסגעהאלטן ע"פ הלכה?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext