בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

קארס / ווענס מיט DVD ???

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/1/2005 03:42 לינק ישיר 
קארס / ווענס מיט DVD ???

רבותי! איר ווייסט דאך מן הסתמא אז דער יצר הרע שלאפט נישט, און יעדן טאג חדשים לבקרים ברענגט ער אויף פרישע נסיונות פאר אידישע קינדער. די רבנים וויינען און שרייען געוואלד! עסקנים פארברעכן מיט די הענט! טאטעס און מאמעס מאכן נאס די קישענעס מיט טרערן! דער דור האט זיך טיף אראפגעקייקלט... עס פאלט נעבעך שטיקער פון אידישקייט, אפילו דער בעסערער עולם איז אויך אפגעקילט, עס פעלט דער אמאליגער פייער צו יעדן דבר שבקדושה, און זאכן פון וואס מ'האט זיך דערווייטערט מצ"ט שערים של היתר כדי נישט אריינצופאלן בשער א' של איסור איז היינט לכתחילה מותר. צי איז דאס הכשרים, ארבייט פלעצער, קאמפיוטער, ווידיאו, און וואס נישט. ווי מ'זאגט: "יו נעים איט".

דעם יצר'ס וועג אין די לעצטערע יארן איז דוקא מיט גוטנס. די טעכנאלאגיע שמייכלט צו אונז, די שענסטע קאמפיוטערס, נייע עלעקטראנישע מכשירים טעגליך צי וועכנטליך, פון אלע 100 מתפללים אין א ביהמ"ד האבן זעלטן צוויי מענטשן דעם זעלבן סעלפאן, ס'איז א אויסוואל משוגע צו ווערן.

איינע פון די נייע פארגעשריטענע זאכן איז געווארן ווידיאו, א זאך וואס אלע אמאליגע רבנים האבן געהאקט דערויף און געשריגן אז דאס איז א שרעקליכע קליפה. היינט זעהט מען שוין היימישע רבנים עסן אין רעסטאראנט, און היימישע ערליכע בחורים און יונגעלייט כאפן ווידיא מכל דבר (שבקדושה?), א שמחה, אפכאפן די קינדער, וכו' וכו'. און כדי איבערצוקוקן קלאר די אלע מאוויס איז נישט פאראן קיין בעסערע זאך ווי א קאמפיוטער, ווי מ'קען זעהן שיין און קלאר דעם רבי'נס טיש, דעם רב'ס חתונה, דעם ברודער'ס שבע ברכות, און נאך. אלע שפילן און קאנצערטן פון די היינטיגע זינגער וכו'. אלעס לכאורה כשר וישר. אבער מ'האט דאס גע'אסר'ט בלויז ווייל אויב מ'האט שוין דעם כלי אויף א כשר'ן אופן קען מען אנקומען ווייטער און טיפער.

איך וויל מאכן א קליינע הפסק איידער איך בין ממשיך. איינער האט מיר לעצטנס געפרעגט פארוואס ווידיא איז אסור? וואס איז שלעכט אז מ'קען קוקן רבנים וחסידים, שמחות אין די משפחה, און אפילו מיאמי בויס קווייער? האב איך אים געענטפערט דאס אויבנדערמאנטע, ווייל מ'האט מורא היום אומר לו עשה כך ומחר אומר לו עשה כך עד שאומר לו לך ועבוד... ח"ו. ע"כ האט מען די כשר'ע אויך גע'אסר'ט. האט ער מיר צוריקגעפרעגט, אויב אזוי, וואלט מען געדארפט אסר'ן דעם טעלעפאן אויך ווייל מ'קען רופן טמא'נע מקומות, מ'דארף אסר'ן דעם טעיפרעקארדער ווייל מ'קען קויפן טעיפס און סי.די.'ס פול מיט דברים טמאים ה"י, און מ'ברויך פונקט אזוי אסר'ן פשוט'ע בילדער ווייל מ'קען צוקומען צו געמיינע בילדער? איך בין געבליבן אן לשון פאר א מאמענט, אבער איך האב אים געזאגט אז לפענ"ד קען מען האבן א שטיקל אויפקלערונג, אבער כ'קען נישט זאגן אז איך בין גערעכט. עס איז א שטיקל אחריות דאס צו זאגן. אלזא, אין יענע יארן ווען מ'האט גע'אסר'ט דעם ווידיא האט נאך נישט כל בר בי רב געהאט א ווידיא קעמערע אין טאש אפצוכאפן די דברים שבקדושה. די מאווי אינדוסריע איז בעיקר געווען געשטעלט אויף גוי'אישקייט און געמיינקייטן כדרכם בטומאה, אשר ע"כ איז נישט געווען קיין סיבה מתיר צו זיין ווידיא אויף די איינצעלנע זאכן וואס איז מותר. משא"כ די איבריגע זאכן, טעיפס זענען דא הייליגע דברות קודש (בפרט היינט-צו-טאגס אין יעדן ביהמ"ד), בילדער איז געווען פון פריערדיגע צדיקים וויפיל מ'האט געוואלט; און טעלעפאן איז אויך געווען א מאסט, מ'האט גערופן משפחה, חברים, רבי'ס און חסידים, ממילא דער חלק הטוב האט כמעט אריבערגעוואויגן דעם חלק הרע, און מ'האט דאס נישט גע'אסר'ט, כאטש יעדער (?) האט פארשטאנען אז מ'דארף זיין פארזיכטיג. קומט אויס אז היינטיגע צייטן, ווען דער ווידיא איז געווארן אזוי פאפולער און פול מיט דברים של היתר (איך קען עס נישט אנרופן דברים של קדושה – ווי קען מען זאגן אויף א חזיר וואס איז גע'שחט'ן מיט א כשר'ן מעסער אז ער איז כשר?) וועט לכאורה אוועקפאלן דער הארבער איסור אויף ווידיא, גענוי ווי אויף בילדער און טעיפס.

אצינד, צוריק צו די אויבנדערמאנטע טעמע. היינט קומען דאך שוין ארויס גאר קלארע מאוויס, וואס פארנעמט אסאך פלאץ. כדי דאס צו "סעיוון", איז קודם געווען די סי.די. רייטערס, און דערנאך, די לעצטע יאר-צוויי האט זיך שטארק אריינגערוקט די די.ווי.די. רייטער וואס נעמט ארויף אויף זיך 4.7 גיגאבייט, און היינט איז שוין דא די דאבל-לעיער וואס גייט אריין בערך דאפלט. זעלבסטפארשטענדליך אז צו קוקן די אלע זאכן מוז מען האבן א קאמפיוטער מיט די.ווי.די. אדער א DVD פלעיער. און די רבנים ציטערן געפערליך פון DVD ווייל אפילו די כשר'ע מואוויס פון די גוים פארמאגט אויך דברים של חשק און קען אראפפירן א בחור'ל פון וועג און אים אפקילן אויף אייביג (און יא, א יונגערמאן אויך!) וואס מיינט דען "כשר" ביי א גוי?

און צו דעם וויל איך יעצט צוקומען. די לעצטערע יארן האבן די קאר קאמפאניס אנגעהויבן אפפערן אין די עס.יו.ווי.'ס און אין מיניווענ'ס DVD פלעיערס, כדי צו האלטן די קינדער שטיל א גאנצן וועג. ביי די גויים איז דאס געווארן א הייס ארטיקל, און מ'פרייט זיך דערמיט כעל כל הון. פארשטענדליך אז ביי אידן נישט, און אפילו די דאזיגע וואס קוקן יא וועלן נישט גיין קוקן אין פאבליק אויפן גאס אז יעדער זאל זעהן ווי איך און מיינע קינדער וואטשן מאוויס, און בכלל אפילו די וואס קוקן עפ"י רוב לאזן נישט די קינדער קוקן. ממילא האבן די היימישע חסיד'ישע אידן פרובירט אויסצומיידן דעם DVD דאס נישט צו האבן אין קאר, בפרט אז דאס קאסט אן עקסטערע אלף'ל בערך אין אן אויטא.

אבער לעצטנס האבן עטליכע קאמפאניס אנגעהויבן דאס אריינלייגן "סטענדערד" אין מיניווענס. ד.ה. אומגעבעטענע טובות. למשל אלע נייע GM ווענס, די שעווי אפלענדער (וואס טוט ערזעצן דעם אזוי פאפולערן "ווענטשור"), די פאנטייאק מאנטענע SV6 (וואס טוט ערזעצן דעם מאנטענע) און דער ביואיק טערעזא (וואס ערזעצט דעם אלדסמאביל סילעהאוט – אלדסמאביל לעבט שוין נישט היינט, ווער עס ווייסט). זיי האבן אויך צוגעגעבן א פערטן ווען סעטארן רילעי. אלע 4 זענען די זעלבע ווען אויפן האר נאר מיט אן אנדערן נאז און רעדער. די ביואיק האט עטליכע מער לוקסוסדיגקייטן און איז שטילער ווי די אנדערע, אבער דאס איז דאס. אלע 4 פון די דאזיגע קומט מיט א DVD און מ'קען נישט קויפן אן דעם. ס'קומט STANDARD צי דו ווילסט יא צי נישט. (איך וואלט געקענט באשטיין צו צאלן 1000 דאלער ווייניגער און עס נישט האבן "סטענדערד"...)

אזוי אויך די נייע "טאיאטע סייענע" האט אויף רוב פעקעדזשעס א DVD, ד.ה. דו קענסט נעמען א CE נידריגע BASE MODEL און גארנישט האבן, אבער רוב אידעלעך דארפן עפעס מער ווי דעם, ס'טייטש אידן זענען דאך עפעס א העכער פאלק, חייב אדם לומר (בממון שלו) בשבילי נברא העולם וכדו', ממילא גייט מען ארויף צו די נעקסטע מדריגה, די LE, וואס קומט שוין מיט א DVD.

בקיצור, וואס האלט איר? וועלן די עסקנים און רבנים אסר'ן די ווענס? און אויב איינער קויפט דאס וועט ער מוזן ארויסברעכן דעם 1000 דאלאר'דיגן פיטשיווקע? וועט איין טאג שטיין א צעטל אין ביהמ"ד אז מ'טאר נישט קויפן אדער פארקויפן GM ווענס? אדער וועלן זיי בעטן די עסקנים צו קאנטאקטן די קאמפאניס און בעטן דאס אראפצונעמען? (אויב ס'איז שייך אזא זאך). – וואס איז אייער OPINION?

אגב – פאר די וואס טראכטן פון קויפן א נייע GM ווען, זאלן וויסן אז זיי מאכן מער נישט די 8 פאסאנזשירן מאדעל, נאר די 7 פאסאנזשירן. אויב ווילט איר האבן פלאץ פאר 8 לעגאל, קענט איר נאר קויפן דעם טאיאטע סיענע, אדער די נייע 2005 האנדע אדיסי.

תוקן על ידי - שמעק_טאביק - 12/01/2005 3:53:55



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/5/2005 22:24 לינק ישיר 

טובעין

ראשית, אזוי האט מען אויך געזאגט מיט ביכער און צייטונגען.

והשנית, טאקע הוא הנותנת!

פארדעהם דארף מען דאס איינשפאנען אויף איין אופן כשר, נישט איבער די דאזיקע שטארקע געווער נאר פאר דעם בעל דבר!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/5/2005 20:30 לינק ישיר 

באצ'י

די אלע משלים ואוס די האסט געברענגט איז נישט אזוי עקרונותדיג ווי אינטערנעט מיט ווידיאו.

די צוויי זאכען נעמען איבער א קינד און אפילו א ערוואקסענער פולשטענדיג.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2005 10:10 לינק ישיר 

שמעק טאביק

איך האלט אז יאסעלע איז גערעכט

קיין שום רב שבעולם קען נישט מחדש זיין קיין איסורים. אין אוודאי נישט אויף נייע טעכנאלאגיע וואס איז נוצליך פאר די מענטשהייט.

די איינציגע זאך וואס ער וועט טוהן מיט דעם איסור איז, אז מען וועט צוליעב דעם נישט אויסנוצען די נייע טעכנאלאגיע לטובה. משא"כ דער בעל דבר שלאפט נישט, און נוצט דאס לרעה.

למשל "צייטונגען" ווי לאנג איז פון ווען די צייטונגען זענען געוועהן חזיר טרייף, אין וויפיל רבבות יידען זענען אראפ פון וועג ביז מהאט געמאכט אליין אייגענע צייטונגען?

ליין ביכלעך, ווי לאנג האט מען געשריגן אז ביכל מאכט "כל באיה לא ישובון" ביז דורות זענען אראפ פון וועג האט זיך אונזערע "היימישע" געכאפט צו שרייבן אייגענע ביכלעך.

איך געדענק נאך ווען א רעקארד פלעיער איז געווען לא ישמע ולא יזכר אין א חסידישע שטוב, ביז מהאט זיך זיך געכאפט אין געמאכט אייגענע,

עס זענען געוועהן גרויסע רבנים וואס האבן געאסערט "טעיפס" ובכללם ר' הערשעלע ספינקער זצ"ל.

ואל תשיבני פאבליק טעלעוויזשן. דאז איז א מידיא וואס האט כמעט נישט קיין נוצן חוץ ענטערטעינמענט.

רעדיא. איך בין זיכער אז ווען עס וואלט געוועהן א נארמאלע יידישע סטעשן, וואלט אסאך ווינגער יינגעלייט ארום געגאנגען מיט דעות כוזבות פון BOB GRANT ושאר מרעין בישין.

ב"ה אז עס זענען געוועהן רבנים וואס האבן זיך אריין געלייגט בעובי הקורה אין צוגעשטאנען צום JNET
איך בין זיכער אז סאיז נישט לייכט אנגעקומען.

איך ווייס אין ארץ ישראל איז נאך נישטא קיין JNET אין סאיז גרויסע צרות. די רבנים ווילן דאס נישט מתיר זיין, זיי באהאלטן נאך דעם קאפ אין זאמד. אדער האבן זיי מורא פאר די א.ג. קנאים.

אזוי איז אויך ווידיאו, DVD, PLAYS, חינוך מעטאדן, וכדומה

בכל אופן די חתימות מיט איסורים אויפ קאמפיוטערס - וואס זענען על פי רוב זיופים- זענען מבזה דעם כבוד פון די רבנים, און ווער עס דרוקט דאס יעדע וואך איז א מחלל שם שמים ברבים. ועתיד ליתן את הדין.

ב"ה די אגודה האט אויס גענוצט DVD טעכנולאגיע צו דריקען ש"ס, מי יתן והיה. וויפיל גוטע זאכען מען קען אויף טוהן מיט דעהם.

די אלע וואס אסערן אויסצונוצן נייע טעכנאלאגיע להרבות צד הקדושה, לאזן דאס איבער פאר די קליפה להרבות טומאה.

איך בין בטוח אז די אלע "פראפעסיאנעלע" אוסרים זענען גלגולים פון די רבנים וואס האבן געאסערט צו דריקן ספרי קודש, ווען סאיז ארויס געקומען די המצאת הדפוס. - יא עס זענען געוועהן אזעלכע.

לדעתי איז דאס אסערען נישט מער ווי איין עצלות, זיי זענען צו פויל זיך אויס צו לערנען די נייע טעכנאלאגיע אין זיך אריין לייגן דערין. אבער זיי ווילן ווייזן אז זיי טוהן עפעס אויף . שרייבט מען א גרויסן איסור, כאטש זיי ווייסן מען פאלגט זיי ווי דעם קאטער.

כשם שמצוה לומר דבר הנשמע כך מצוה שלא לומר דבר שאינו נשמע.

כל פעל השם למענהו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2005 06:08 לינק ישיר 

I think that Yosele is %100 Correct.
It is impossible to ban ''ASER'' new technology when these things are bound to be in everyone's' home.
Look back at what is considered a simple Land Line.
When they introduced 900 numbers, how come no one ASERED the land line and warned parents to get rid of the phone line ???
The answer is because the phone line is a basic necessity in every household and cannot be banned.
The same holds true for the Internet.
Every appliance and most other things in the house will eventually be connected and integrated with the Web, and there will be no way to beat that.
There will be a time when you will only be able to contact a company or your bank without the web, (unless you're willing to do a lot of foot work).
The Yetzer Horeh will always find a way to lurk our children.
When Video Cameras were first introduced, the Rabbonim thought that this is the worst.
Now that there is Internet no one even talks about VCR's any more.
(Same holds true for TV & Radio, no one talks about it any longer).
I think the only solution is to create Kosher content in every aspect of Technology, which will prevent (if only a small percentage) of us having to look for other things elsewhere.

Let someone cash in on it because the demand will be very strong.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2005 01:48 לינק ישיר 

נו, כ'האב געוואוסט אז ס'גייט קומען! די וואך אין "דער איד" איז דא א שארפע אזהרה! (אויסער דעם איסור פון ר' זלמן לייב - און כ'מיין נישט דא קיין פאליטיק).

רוב היימישער עולם האט מיניווענס און סובארבענס צוליב די גרויסע משפחות בליעה"ר, און א גרויס חלק פון זיי קומען שוין היינט מיט DVD אריינגעבויעט.

יא, דער יצר הרע שלאפט נישט... אתה ישן והוא ער לך... מיט נייע טאקטיקן טעגליך... חדשים לבקרים...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/1/2005 15:53 לינק ישיר 

"It's unthinkable to have a car without a stereo," said Baker. "Maybe in 10 years it will be unthinkable to have a car without a video screen..."

See the entire article here:

http://www.detnews.com/2005/autosinsider/0501/19/A01-61362.htm




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/1/2005 21:27 לינק ישיר 

יאסעלע
מען דארף נישט רבנים זאלן זאגען אז אינטערנעט איז שעדליך, איעדער ווייסט דאס אליין איינמאל ער גייט אויף די אינטערנעט.

די פארגעסט אביסעל וואס געשעהט. גוי'שע קינדער ווי אויך מאדערנע אידישע קינדער זענען "אנדרעש" ווי אונזערע קונדער. זיי זענען ווילד פארשפילט וכו', פאר זיי אז זיי ניצען קאמפיוטערס און טעלעוויזשען איז אפשר ווערען זיי נישט קיין סך מושפע פין דעם. אונזערע קינדער, איז הרחק מן הכיעור, עס איז נישט דא קיין תועלת, ממילא איז בעסער זיי צו האלטען וואס ווייטער פין דעם. עס וועט גארנישט געשעהן פאר א קינד אז ער וועט בכלל נישט ניצען די קומפיוטער, און ממילא דארף מען א קינד האלטען וואס ווייטער פין א קומפיוטער, ווייל ער "מוז" עס נישט האבען, און טאמער ער גייט אויף די אינמערנעט אן די טאטעס וויסען וועט שוין זיין צו שפעט. און טאקע פארדעם זאגען די מוסדות מען זאל נישט האלטען די אינטערנעט אויף א קומפיוטער אינדערהיים ווייל דעמאלס וועט דאס דער קינד ניצען, און טאמער מוז מען יא האבען אינטערנעט זאל די קינד בכלל נישט נוצען דעם קומפיוטער.

איין זאך בין איך מחולק מיט די מודעות פין רבנים מחנכים, זיי לייגען אראפ כאילו טאמער א אינגעל איז יא ארויף אויפן אינטערנעט איז ער א פארלארענער, און ער ווערט פריי וכו', איך האלט אז דאס איז מוגזם, א קינד וואס ווערט נכשל און זעהט וואס מען דארף נישט, כאטש אפילו עס איז שלעכט, אבער עס מאכט עם נישט פארלוירען, ער קען רואיג תשובה טוהען און זיין א פיינע בחור.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/1/2005 01:12 לינק ישיר 

אזא פנים האט עס אז אין היינטיגן דור איז 95% פון די שוואכערע, און די רבנים רעכענען זיך נישט מיט זיי!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/1/2005 21:10 לינק ישיר 

יוסעלע, איך הער דיין ווייטאג, אבער צא ולמד היסטאריע פון די גודרי גדר ועומדים בפרץ ביים היימישן צבור, מען האט זיך קיינמאל נישט גערעכענט קיינמאל מיט די וואס וועלן נישט קענען עומד בנסיון זיין און טוהן ערגערס.

מען האט קיינמאל נישט געמאכט קיין פשרות אין אידישיקייט צוליב די שוואכערע!

די רבנים האבן גע'אסר'ט וואס זיי האבן געזעהן פאר א סכנה פאר'ן קיום פון אידישקייט, און טאמער צוליב דעם וועט איינער בקצה המחנה אוועק פאלן, נו... נעבעך.. וואס קען מען טוהן! מען רעכענט זיך נישט דערמיט!

יא, די אמעריקאנער אידן האבן פרובירט אזא מין אידישקייט פון פשרות, און מען קען נישט ארויסגיין אזוי שארף..
אויב מען וועט אסר'ן דעם אידישן טעיאטער וועט מען גיין אין גויאישן... נו, וויאזוי זענען זיי אנגעקומען, דאס גאנצע אידישקייט האט נעבעך געפירט אזא פנים, די קינדער זענען נעבעך אינגאנצען געגאנגען א גאנג ל"ע.

מיר שטייען היינט אין גאר א שווערע תקופה, און ס'איז ליידער נישטא די אמאליגע אריות פון די מנהיגי ישראל וואס זאלן זיך ספראווען מיט די פרישע נסיונות וואס שפראצן אויף חדשים לבקרים. אבער מען קען נישט בויען אידישקייט מיט פשרות, און מיט'ן זיך רעכענן מיט די שוואכע וואס וועלן צוליב דעם טוהן ערגערס.

חוץ אז ס'איז גייט אריין אין כלל "אין גוזרין גזירה על הציבור אא"כ רוב הציבור יכולין לעמוד בה". רעדט מען פון רוב הציבור, נישט אפאר שוואכע בקצה המחנה.


תוקן על ידי - אינגערמאן - 16/01/2005 21:13:24



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2005 16:40 לינק ישיר 

יוסעלע, ביסט דאך אזוי ביטער גערעכט!

ווען עס וואלט ווען געווען צו באקומען אויף א כשר'ן וועג א פראגראם וואס לערנט אויס צו טייפן אידיש, וואלסטו אסאך בעסער "געספּעלט"...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/1/2005 14:30 לינק ישיר 

ווען די רעדסט צצו די מנהלים פון די חדרים, וועלן זיי דיר האבן צו פארקויפן קעגן קאמפיוטערס, יא זיי זענען אין א געוויסעע וועג גערעכט, אבער לאמיר זעהן די אנדערע צד פון די קאמפיוטער (איך פארקריך אביסל פונעם נושא, ואתכם הסליחה) יא! די צד הטוב.

די קאמפיוטער איז געמאכט געווארן צו "העלפן" די מענטשהייט, גרינגער צצו מאכן דאס לעבן:
פארוואס שטערט די קאמפיוטער דאס קינד אין חדר אין להבדיל נישט די גוי אין סקול?
זייער פשוט:
די גוי קויפט עדיוקעישן גגעימס פארן קינד, ער לערנט דערויף די עי בי סי, מאטעמאטיקע, היסטאיע, עס איז געים וואס האקט אריין נאלידש אין קאפ, פארשטייט זיך א יידישע טאטע וועט נישט קויפן אט די געימסס, עער קויפט אנדערע געימס, וואס ליידער נישטט ננאר עס געט נישט אריין אינפארמאציע אינעם קינד, לייגט ער אריין דאסס קינדס קאפ אינעם געים, פעיר ענאף.

ווי ואלט אבער געווען ווען די מחנכיםֿ, עפענען א קאמפאני וואס מאכט יידישע געימס, וואס וואלט געווען:
קודם וואלט געווען נאך פרנסות!!!!!
אנשטאט די קינד זזאל שפילן קעטש, סאקקער, וכו' וואלט ער געלערנט די אל"ף בי"ת, עברי, יידישע היסטאריע, חומש גמרא, ענק האבן א מושג וואס די מחנכים פארפאטשקענען דא???

אפשר זעה איך אלעס פאלש? קען זיין אפשר זאל איינער מיך אויפווייזן פארקערט.

עס זענען פארהאן כמה מוסדות'ן וואס ללאזן נישטט אריים די קינדער אויב דיי עלטערן האבן אינטערנעט. יא עס איז פארששטענדליך:
לאמיר צונעמען דדי זאך און זעהן ד בלאף:
האבן א קאמפיוטער דאס מעג מען? יא!
האבן א טעלעפאן דאס מעג מען? יא!
יעדע איינע ווייסט אז א קאמפיוטער לעבן א טעלעפאן סאקעט וכו'
פרעג איך איההם וואס הייסט נישט האבן אינטערנעט?
זאגט ער מיר: נישט צו בראזו די אינטערנעט!
סימפל, יא?

יעצט קוק אן די בלאף!
די פראבלעם פון אינטערנעט אז זיי ווילן נישט אז די קינדער זאל האבן אינטענעט אקסעס, אבער אויב די טאטע האט א טעלעפאן מיט א קאמפיוטער, אבער ער קאנעקט נישט צו די אינטענעט, מאן יימר, אז די קינדער וועלן נישט??? די טאטע האט נישט קיין קאנטרא, ווייל עס קען גאר זיין אז ווייסט נישט ווי אזוי צו קאנעקטן, אזער די זון וועט שוין יא וויסן????
וואס האססטו אויפגעטוען מיט די תקנה:
זאגט ער מיא נעם ארויסס די מאדעם!
מורא''דיקע איינפאל.
לו יצוייר מיין זוהן ברענגטאהיים זיי סעל מיט בלוטוט/אינפרארעד, מיין קאמפיוטער האט בלוטוט/אינפרארעד, דארף ער נישט קיין מאדעם, נעם אוועק די בלוטוט.אנפרארעד, אוקעי:
קקומטן מיין זוהן אהיים מיט א יו עס בי קעיבל שטיפט אריין איין זייט אינעם קאמפיוטער און די צווייטע זייט אין די סעל און אף יו גו, וואס טו איך יעצט - האב איך עיהם גיפרעגט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/1/2005 14:08 לינק ישיר 

קיינער זאגט נישט אז עס איז גוט צו האבן א ד.וו.ד. אינדערהיים, קיינער זאגט אויף נישט אז עס איז גוט צו האבן א צייטונג אינדערהיים!!!

But that's not the right way to fight it.

די זעהסט דאך אז צייטונגען האבן מיר כשר'ע!
לאמיר טנוצן טאקע דא היידפארק פאר ביישפיל:
זאג דעם אמת ווען נישט היידפארק, וועלכע סייט וואלסטו געבראוסט, הע? (זאג מיר נישט אז די וואלסט צוגעמאכט די אינטערנעט. וואלסט געגאנגען צצו אנדערע נישט היימישע סייטס, אמת!

ווען מען וואלט ווען פארקויפט פלעיס פון יידישע פאפעסיאנעלע שפילערס אויף א יידישע וועג, וואלסטו נישט געהאט די גאנצע קאלעקיציע אין דיין שאנק, אוודאי יא!

ווען נישט די די יידישע נאווועלס וואלסטו געקויפט גוי'ישע ניין?

נאר די רבנים פאר הונדערט יאהר צוריק, וואס וואס האבן געהאט צו טוען מיט אסאך אן ערגערן יוגנט ווי היינט, האבן פארשטאנען אז לא זו הדרך, אז די וועסט אסר'ן וועט מען דיך אינגאנצן נישט אנקוקן, יא אין הימל וועסטו קרייען איך האב גע'אסרט, אבער א רב מוז האבן אן השפעה, אויב נישט וואס טועט ער אויף? אנשטאט צו אסר', האבן זיי זיך באנוצט מיט "כח דהתירא עדיף" זיי האבן ארויס געגבן היימישע צייטונגען, היימישע יידישע ביכער, אזוי האבן זיי געוואוסט האבן זיי קאנטראלץ

היינט זענען די רבנים קלוגער! לאמיר זעהן זייער אויפטוה:
זיי האבן גע'אסרט א ד.וו.ד. למעשה זעת מעשה ייענע יארן האט עס געפוילט, זיי זענען אבער נישט געווען "איזהו חכם הרואה את הנולד", ווייל היינט אסאך געימס פראגרעמס קומען אויך ד.וו.ד. וואס טוען זייי יעצט ייעדערע איינער האט א ד.וו.ד.י אינדעהיים, יא באיסוא אבער מען האט, נא אזז מען האט שוין קומט די יצה"ר גיי דינג א ד.וו.ד. וכו' מען דארך נישט מאריך זיין, וואלטן אבער געווען היימישע ד.וו.ד.'ס וואלט עס אנדערש אויסגעזעהן.
זיי האבן דע'אסרט אינטערנעט:
כו"ע מודי אז עס טויג נישט, אבער לעט פעיס ריאליטי ביז א יאהר צוויי וועט יעדע סעלל אן האבן ביי ספיד אינטערנעט, די גאנצע וועלט ווע זיין איין גרויסע "האט ספאט", יעדע בכבוד'דיגע לעפטאפ קומט מיט בילט אין ווייפיי, קארס מיט אינטערנעט, הייפיי סיסטעםס אינדערההים וועלן זיין קאנעקטעט זצו קענען דאונלאודן מיוזיק פון די נעט, די היים טעלעפאן וועט ארבעטן דורך די נעט.
וואס וועלן זזיי דעמאלטס טוען, איך וועל דיר זאגן וואס, הער די גוט איין:
זיי גייען אסר'ן צו קויפן נייע קארס, ווייל עס האט ד.וו.ד.
זיי גייען אסר'ן צו קויפן סעל פאון'ס ווייל עס האט היי ספיד אינטערנעט.
זייי גייען אסר'ן צו קויפן לעפטאפס " " " " " " " " " " " " " "
זיי גייען אסערן צו קויפן הייפיי סיסטעמ'ס וועל עס קאנעקט צו די אינטערנעט.
זיי גיייעס אסער לענדליינס וועל עס נוצטי אינטערנעט.

ווער גייט זיי פאלגן, מיט זייערע איסורים לא די זיי ראטעווען יידישקייט זיי לייגן עס דער ערד אריין!!!!!

קוק אן די פאקט:
וויפיל פון דיינע חברים האבן אי-מעיל און זיי בעטן די עס צצו האלטן א סוד?
וויפיל פון דיינע חברים האבן געוואטשט א ד.וו.ד. בסוד?
וויפיל פון דיינע חברים האבן וועפם סעל פאוןס, און מכלומר'שט איז עס דיסקקאננעקטעד?

די וויסט פארוואס זי באנוצן זיך נישט מיט "כח דהתירא עדיף"? ווייל פארדעם דארפן זיי שוויצן!!!!!
צו האבן די פינגער פאר א חתימה וועלן זיי נאך יא, אבער זיך אינטערהייבן פון בענקל? עד הכסא!!!!!!!

איך מיין ננישט ח"ו צו בארעדן די רבנים, אבער עס מוז איינער זיי עפענען די אויגן, טעכנאלאגיע איז עגעינסט דהעיר טיים!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/1/2005 17:56 לינק ישיר 

יוסעלע, בארא פארקער, קוקטס נאר אן דעם בילד.
חול המועד גייט יעדער פארברענגן, האבן אפאר יונגעלייט ארגאנאזירט א הערליכע שיינע שפיל אפאר יאר און א צי. נו, די רבנים זענען געגאנגן און עס גע'אסר'ט, וואס האבן די בחורים געטוען?

נישט געגאנגן צו די פלעי נאר אין "טיאטער"!!

א גוטע פלעי ארזעצט א "טיאטער" 100%! בפרט חוה"מ און בין הזמנים, לאזט גיין צו א פלעי, איז מען צופרידן, לאזט נישט געשעהט וואס עס געשעהט!

זאל דער אייבירשטער אפהיטן אידן פון אלע מכשולות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/1/2005 06:19 לינק ישיר 

יאסעלע ביסט נישט אינגאנצען גערעכט.
אפילו עס זאל זיין כשרע ווידיאס איז נאך אלץ בעסער צו נישט האבען א ווידיא מאשין אינדערהיים. אינטערנעט דארף זיין אסור, און נאר מותר לצורך פרנסה וכדומה. מיט מאכען כשרע וועבסייטס טוט מען כשר'ן די זאך. וכן לענין דיווידי, מיט מאכען כשרע טוט מען מתיר זיין די די ווי די.

בעסער איז נישט צו האבען בכלל, און אויב מען האט עס לאיזה צורך איז וואס מער ממעט זיין זיך משתמש זיין אין פלעצער וואס מען קען צוקומען צו נישט גוטס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2005 20:53 לינק ישיר 

עס זענען פארהאנען צוויי כללים:
1. If you can't fight them, join them.
2. כח דהתירא עדיף.

ווען די רבנים וואלטן זיך פארנומען מיט זיכער מאכן אז עס זאל זיין איבערפלוס פון היימישע כשר'ע מאטריאל, וואלטן זיי אסאך מער אויפגעטוען.

פאר די סיבה וואס מען האט גע'אסר'ט ווידעא, וואלט מען אויך געדארפט אסר'ן:
1. צייטונגען
2. ביכער
3. מעגעזינס
4. שפילן - פלעיס

נאר די רבנים פונעם פריערדיקן דור (פארן קריג) האבן פארשטאנען, אז אסר'ן וועט נישט העלפן, די איינציגסטע וועג איז צו פארקויפן אייגנס, האט מען גענאכט, היימישע צייטונגען, ביכער (די באקאנטע שרייבער מ. לעהמאן, אז געווען א רב!!!), אייגענע מעגעזינס. די רבנים רבנים האבן געשוויצט פאר יידענס וועגן, היינט די רבנים זיצן באקוועם אין זייער אפיס, וואס זאלן זיי טוען, זיי מוזן למעשה עפעס טוען, זיי האבן דאך אן אחריות, So they take the easy way out. זיי אסר'ן.

אויף דעם האבן חכמינו ז"ל שוין געזאגט "כח דהתירא עדיף", קום נישט ארויס מיט קיין איסורים, גיי שוויץ און געב ארויס א היתר.

נישט קיין וואונדער אז רבנים האבן גע'אסר'ט קאמפיוטערס (רב פון זיי האבן עס אינדערהיים, איז דאס דען נישט קיין היפאקריזם????), ווידעא'ס, אינטערנעט וכדו' אין עס טועט גארנישט אויף ביים עולם.

זאלן ארויס געבן, כשר'ע די. ווי. די.'ס, שטעל אויף יידישע היימישע וועבסייט'ס, פארוואס א צייטונג קען איך האבן א היימישע, אבער אינטערנעט מוז איך טשעקן סי ען ען?

ווי וועלן זיי קענען שרייען ידינו לא שפכו וגו', זיי באגלייטן אונז נישט!!!!!!!

מען קען שרייבן נאך און נאך..... איך וועל מיך דא אפשטעלן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > קארס / ווענס מיט DVD ???
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext