בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

מחזה נהדר בעירינו הקדושה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/1/2005 21:52 לינק ישיר 
מחזה נהדר בעירינו הקדושה

וויליאמסבורג - א קאמיש בילד האט זיך היינט אנגעזעהן אויף קליימער סטריט. ווען חרדי'שע אינגעלייט פון די וויליאמסבורגער געמיינדע - מייסטנס סאטמארער - האבן געשטערט די פאליציי אויסצופירן זייערע פליכטן.

אויף קליימער סטריט צווישן בעדפארד און ווייט עוו. האבן די שטאטישע אינסטאנצן לעצטנס אינסטאלירט נייע שילדן, וואס צייגן אן 'נישט שטיין' זאנעס (No Standing) אויף דעם אזוי אויך אנגעשטאפטן געגנט. א דאנק די איניציאטיוו פון די חשוב'ע, ערליכע, חרדי'שע עסקנים און ארגאנאזאציעס, וואס זענען עוסקים בצרכי ציבור באמונה, און זארגן זיך פאר'ן וואוילזיין און פאר די ספעציפישע געברויכן פונ'ם חרדי'שן ציבור.

[דאס איז אגב, דער זעלבער סיבה פארוואס אין בארא פארק איז דא ווייניגער שעה'ן וואס מ'טאר נישט פארקן אויף די גאס - על אף וואס זיי האבן מייסטנס דרייוו-וועיס - און אויך קען מען פארקן דאבל פארקד אין אזא טאג. און אין וויליאמסבורג נישט].

ווי באקאנט איז דער קליימער געגנט, זייער אנגעשטאפט מיט קרוב צו טויזנט משפחות, אידן און גוים צוגלייך. פון איין זייט וואוינען די מער פארמעגליכערע אידישע בירגער. - די וואס האבן זיך געקענט ערלויבן אפצוקויפן הייזער פון די וואס האבן דאס אפגעקויפט פון די וואס האבן זוכה געווען בגורל, אין די ברוקלין ווילאס. און ארום איז די פראדזשעקט הייזער ווי עס וואוינען דער ארימערע טייל באפעלקערונג.

די ארימע מייסטנס האבן דאך נישט קיין קארס, ממילא איז גענוג פאר זיי דער קליינער פארקינג לאט אויף קליימער, וואס אנטהאלט נישט מער ווי עטליכע נ'צוואנציג קארס. אן אינטערעסאנטע זאך איז אבער מיט די 'אידישע' ארימע איינוואוינער פון די פראדזשעקטס, וואס מחמת אן אומפארשטענדליכע סיבה, קענען זיי זיך על פי רוב ערלויבן צו האבן [לוקסוריעזע] קארס, צו פירן דערין זייערע גרויסע פאמיליעס, וואס זיי - די ארימע - דארפן אויסהאלטן.

און דאס אלעס האט געברענגט צו א גרויסע אנשטיפעניש ביי די פארקינג ביז היינט. יעצט איז דער מצב נאך שווערער געווארן, ווען די שטאט האט אוועקגענומען א שיינער חלק פונ'ם בלאק על לא דבר. מען טוט אויף דעם פלאץ גארנישט, און עס שטייט דארט גארנישט, אבי עס זאל זיין ליידיג.

נו, האבן אינגעלייט פארשטייט זיך ווייטער געפארקד זייערע קארס דארט אויף יענעם ארט. זענען געקומען די פאליצייאישע אינסטאנצן היינט אינדערפרי, און געפינען צוויי קארס געפארקד אין דעם גע'אסר'טן זאנע. האבן זיי ארויף געשטעלט אראנדזשע נאטיצן אויף דעם פאדערשטן פענסטער, און דערנאך זיך געגרייט צו מפנה זיין די צוויי קארס.

דא איז ווי פון דער ערד ארויס געשפראצט א גרופע היציגע אינגעלייט - וואס זייער מח איז געוואשן מיט די צייטונגען, וואס פארשפרייטן בילדער פון ארץ ישראל, ווי מ'זעהט שאבאבניקעס מאכן אן איבערקערניש, און ווערן אנגערופן העלדן - און זיי האבן געוואלט נאכמאכן דעם זעלבן שטיקל. האבן זיי זיך אראפ געשטעלט פארנט פון די צוויי קארס, נישט צוצולאזן די פאליציי-שלעפער-טראקס אויסצופירן זייערע פליכטן. זענען די שלעפער טראקס געבליבן שטיין אויפ'ן ארט, ווארטנדיג עס זאל פריי ווערן דאס פלאץ פאר זיי. איז אינדערצוויש געווארן געבלאקט דער טרעפיק. און אפאר באסעס מיט קארס זענען געבליבן געשטראנדעט. די פייפערייען זענען געגאנגען על תולה ארץ.

איין אינגערמאן האט זיך אראפ געשטעלט אונטער דעם שלעפער טראק - בשעת ער האט געוואלט בעקן - און האט געהאלטן זיין הוט אין די הייעך, גלייך אקעגן איבער דעם שפיגל, כדי צו שטערן פאר'ן פאליציאנט צו קענען זעהן ווי ער בעקט.

נעבעך די טייערע קינדערלעך, די צאן קדשים, מיט זייערע מאמעס זענען געשטאנען און געווארט אויף די באסעס אין די קעלט, ווערנדיג דורכגענעצט פון די רעגן. אבער זיי האבן נישט געוואוסט אז אפאר אינגעלייט און בחורים זענען יעצט מקדש שם שמים ברבים, און צוליב דעם ברויכן זיי ליידן.

די אינגעלייט צו וועם די קארס האבן באלאנגט, האבן זיך ניטאמאל געקימערט אויף דעם חורבן וואס ווערט אנגעמאכט פאר זייערט וועגן, און זענען ניטאמאל געקומען אפנעמען זייערע קארס. ביז ענדליך שפעטער האט זיך איינער אויפגעוועקט פון שלאף (בערך 10 אזייגער), און אפגעטראגן זיין קאר.

עס איז געווען דארט צוויי פאטאגריפירער, איינער א איד, און דער צווייטער א גוי פון די פראדזשעקטס....


ברוך המקדש שמו ברבים.....



עס קען זיין אז איך וועל קענען ברענגען בילדער פון די מראה.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2005 01:53 לינק ישיר 

אויסער דעם, וויליאמסבורג איז דאך "ירושלים" דאמעריקע, כידוע ליודעים, נישט אזוי?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/1/2005 01:40 לינק ישיר 

פארוואס נישט?

אז אין וויליאמבורג איז דא א כרר השבת מיט א זעקת השבת, מיט א ככר השבת, פאר זאל נישט זיין קיין מלחמות מיט פאליציי?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/1/2005 21:09 לינק ישיר 

ס'האט מיר געזאגט א אינגערמאן, א שטיקל עסקן, וואס קען זיך מיט די הויכע שישקעס. אז די סיבה פארוואס אין וויליאמסבורג איז נישט דא די פריוויליגיעס ווי אין ב"פ. איז ווייל אויב עס קומט אריין מער געלט פון א געוויסע געגנט, באקומט די קאמיוניטי מער פראגראמען.

ממילא קענען די קאמיוניטי פירערס באשטיין - און ווילן - אז מ'זאל טיילן מער טיקעטס דא, אזוי וועט מען באקומען מער פראגראמען, וואס מ'וועט דאן קענען אויסטיילן פאר אלע משפחה מיטגלידער.

איך קען נישט באשטעטיגן דאס אויבנדערמאנטע, און איך נעם נישט קיין אחריות דערויף.


אבער איין זאך למען השם, זאל דער עולם ווייטער גיין ווי קעלבעלעך, און נישט אויפהייבן א קול, נישט ערוועלן און אויפנעמען פירערס וואס וועלן ענק פארטרעטן. נאר וואס די פירערס און צייטונגען זאגן, זאל מען מקבל זיין פאר גוט געלט, און גיין ווייטער ווי דער פערד מיט די דעקלעך אויף די אויגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/1/2005 06:03 לינק ישיר 

געהערט האב איך אז אמאל פלעגט מען אין ווילי אויך קענען פארקען דאבעל ביי אלטערניט סייד, און אז איינער פין די עסקנים האט "ארלעדיגט" אז מען זאל נישט קענען פארקען דאבעל.

איך זעה נישט פארוואס מען זאל נישט קענען פארקען דאבעל, דער עסקן פארשטיי איך אין גאנצען נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/1/2005 23:01 לינק ישיר 

I was there and it wasn't nice, the goyim on the other side were very upset and it was a big chillul hashem - on the other hand i don't think it's fair that they put this sign on - where should all these pepole park their cars? BTW there was actually 2 yingeleit taking pictuers... i don't know why



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > מחזה נהדר בעירינו הקדושה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext