אזוי ווי דער קאמף קעגן כ"ק מרן רבינו שליט"א פארט נישט אין איר ריכטונג
אין על אפה וחמתה איז שוין זעקס יאר וואס זי האפט אויף דעם ערגסטען (ווער געדענק ווי זי האט געגעבן פאר דריי יאר צוריק פסח נאר צוויי חדשים וד"ל )אבער דער בוכה"ע
פירט אנדערש דh וועל ווי זי וויל אין ב"ה אז מיר האבן די זכיה אז נשיא אלוקים בתוכינו
אין דאס איז שטעכט ווי א ביין אין האלז אין טראץ אלע אירע באפעלען צו פארשטערן די תפילות אין טישען פין רבינו הקדוש שליט"א איז עס אנדערשט ווי זי האט פארארדענט
דעם שבת פרשת בא וואס מוצש"ק געפאלט דער יארצייט פינעם הייליגען עצי חיים אין דאן איז א צייט וואס יעדער קומט צום רבין מיטצוהאלטען צום פארבליבענעם צווייגעל פין די עצי התמרים צו שעפן קדושה מנועם זיו קדשו אין איז שוין געווען טא מאטש פאר איר צו דערהייבען
אין דער באפעל איז געווען קלאר עס צו פארשטערן אין ב"ה אז רבינו שליט"א האט טראץ דעם וואס ער איז געווען שטארק פארקילט געפירט א הערליכען טיש איןאיןגעדאווווענט מוסף פארו עמוד אין אזוי אויך שלש סעודות איז הערליך אדורך
אין אזוי ווי עס איז געווען ארויסגעלייגט די מודעה פין קהל ייטב לב אז דער רבי וועט פירען טיש מוצש"ק לכבוד די יומא דהלולוא פין זיין הייליגען טאטען איןוועגן די גרויסע קעלט האט מען באשלאסען עס צו מאכן אין בהמ"ד ברך משה ווי עס איז ב"ה געווען א הערליכען טיש צוזאמען מיטן גאנצען עולם אין איידעלע בחורי חמד מיט א חרדת קודש אויף די פארענשטעס
דאס איז שוין געווען נישט אויסצהאלטען אין זיי האבן געשיקט די פייער דעפארטמענט צום הייליגען טיש עס צו פארשטערן אבער עס האט זיי געהאלפען פינקט ווי כ"א כיסליו(דער טיש איז שוין געווען געענדיגט ) וואס זיי האבן גארנישט געטאן נאר זיך אוועק געגאנגען אין סאשע איז געבליבען מיט די צונג אינדרויסען
אגב צו רבינו הקדוש זי"ע אויפן זעלבען פלאץ האבן שונאים אויך געשיקט אויפן זעלבען פלאדץ פייערלעשערס אינמיטען די הייליגע שובבים תורות (וואס ווען די היכל התורה חיות זענען אריינגעקומען אין שול אין ראדני מוצש"ק איבערצודרייעןן דעם טיש אין עס איז בשעת מעשה געזיצען הונדערטער אידען אין אויסגעהערט די שובבים טעפטס פין רבין זי"ע זענען זיי געשטאנען אין געלאכט ווי זיי פארשטייען נישט וואס עס קומען דא אזויפיל אידן הערן א טעיפ פינעם אלטען רבין-עס איז צו פארשטיין אזוי ווי זיי האבן זייערע עלטערן קיינמאל נשיט געזען הערן טעיפ פינעם רבין זי"ע
תוקן על ידי - ekstein - 16/01/2005 19:40:40
נשלח ב-17/1/2005 02:04
kj איך האב שוין איינמאל געשריבען אז מען האט אנגעזאגט די באצאהלטע שרייבערס אז יעצט זאלען זיי נישט שרייבען וועגען די קארט עד יעבור זעם
נאר אוועק דרייען די יוצרות מיט נערישע תגובות
במילא נעם עיהם נישט ארויס פון די כלים מיט זיינע שוואכע נערווען נישט קיין נפקא מינא מיט וואס פאר א נאמען ער ניצט יעצט
איך וועל נישט זיין סופרייזד אז ער וועט שרייבען אז מען האט געזען סאשע אינעם פייער טראק
ווי למשל די וואך בין אין אריין אין סטאר, האב איך געקויפט 'דער איד' און נישט 'דער בלאט' ווייל ס'איז מיר אינטערעסאנטער געווען צו זעהן וואס דער איד וועט שרייבן אז מען אויסגעקראסט די קראס אפיעל
לדאבוני, האב איך דערלייגט א דאללער אקאווער, פלאס מיין דיסאפוינטמענט, אז דער איד האט אנגעפילט א מויל מיט וואסער
די זעלביגע דא אויך, אויב איך מעגליך צו הערן 'די אנדערע זייט' ווי 'זיגי' האט "צוגעפיקסט" מאיר הירש, וויל איך קודם ווארטן
אוודאי אויב די איד שרייבער דא אויף הייד פארק וועלן ווידער אנפילן א מויל מיט וואסער, וועט מען אוודאי מעלדן די נייעס
'לעטס גיוו איט ענאדער דעי',
נשלח ב-16/1/2005 20:58
KJ
פארוואס זאל מען ווארטען אויף עקשטיין? אז די האסט הייסע סחורה זיי מזכה דעם עולם.
נשלח ב-16/1/2005 20:46
עקשטיין
אז דו ביזט יא געווען ביי טיש, פרייטאג צו נאכטס
אפשר ביזטו מזכה דעם עולם, און די פארציילסט אונז דער הערליכן באגעגעניש צווישן ר' מאיר הירש, מיט הנגיד זיגי בראך