אין דעם אשכול וועט זיין בילדער פון די העכסט דערהויבענעם 2 טאגיקן באזוך פון כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א אין ניו יארק.
נשלח ב-19/1/2005 16:48
פון וועלכע שונאים רעדסטו?
פון די "שונאים" וואס האבן געוואלט אייגענע מוסדות אין קרית יואל, און קיינעם נישט געזוכט צו שטערן? די וואס האבן קיינמאל נישט מחלל געווען קדושת ביהמ"ד, קיינמאל נישט געשטערט דעם רבי'ן שליט"א ביי זיין דאווענען, טישן אדער סיי וואו? (און דאס זעלבע האבן זיי קיינמאל נישט געטאן פאר כ"ק חורינער).
אדער פון די שונאים וואס האבן ליידער מערערע מחלל געווען קדושת ביהמ"ד, אומצאליגע מאל געשטערט דעם רבי'ן שליט"א ביי זיין דאווענען, טישן כדי אים צו דערגיין די יארן?
מאך עס קלאר...
נשלח ב-18/1/2005 02:39
מענדעלע ט"ב איז דעמאלט געגאנגען זיך בעטן ביים רבי'ן שליט"א אזוי ווי זיין פאטער קומט צו פארן זאל ער אים אויסווארטן.
און דער רבי שליט"א האט אים דאס נאכגעגעבן...
איצט איז די שאלה פארוואס איז מענדעלע נישט געווען ביי די חתונה????
נשלח ב-17/1/2005 17:00
נעבעך
ביי די אהרונים רעדט זיך אלעס פון קליין מאכן אדער גרויס מאכן יענעם.
פארוואס ענטפערסטו נישט אויף די שאלה: פארוואס איד כ"ק חורינער אנטלאפן קיין פאלם ספרינגס אין טאג וואס דער רבי שליט"א איז געקומען צו פארן קיין אמעריקע?
נשלח ב-17/1/2005 03:22
א שכח פאר'ן מודיע זיין ווער איך בין.
איצט בין איך זיכער מיט מיין אידענטיטעט.
גראב טיפער...
נ.ב. בבית פשעווארסק האב איך טאקע נשט געהאט די זכי' זיך צופיל צו דרייען אויסער דאס ביסל וואס איך בין געפארן 3 מאל אויף חודש תשרי, אבער ב"ה אז ביי חורינער האב איך זיך נישט געדרייט, און אין יענע יארן תשמ"ג איז ער בכלל געווען דער דזשאוק אין די ישיבה.
נשלח ב-17/1/2005 03:09
ענדליך הייבן אן די אהרונים ארויסצוקריכן פון די לעכער, נאכ'ן זיין אזוי אנגעזעצט פון די געהויבענע טעג במחיצת פונעם רבי'ן שליט"א ווען זר לא התערב בשמחתו!
נשלח ב-17/1/2005 03:07
זעט אויס אז דו ווייטס נישט ווער עס איז דער פשעווארסקער רבי און ווער עס איז משה גבאי.
נשלח ב-17/1/2005 02:55
עקשטיין
פרעגסט צו שווערע קשיות פאר מעיערל.
פרעג אים פארוואס מענדעלע ט"ב איז אנטלאפן קיין לאנדאן די וואך? און וואו איז ער געווען ביי די חתונה?
דער רבי שליט"א וואונטשט לחיים פאר'ן ציבור ביי די שבע ברכות מיטוואך אווענט אין זאל פון ויואל משה. די שבע ברכות איז איינגעארדענט געווארן דורכ'ן רבי'ן שליט"א.