| נשלח ב-17/1/2005 02:23 |
|
| |
אז מען שרייט טוט עס אויף!
די פאלגענדע עפיזאד ווייזט אז ווען מען שרייט קומט מען אן.
אין קרית יואל איז דעם פארגאנגענעם זאת חנוכה פארגעקומען א שרעקליכע פירצה, ווען ביי א צוזאמענקונפט אין בעיסמענט פון עזרת חולים מעדיקל צענטער פאר אלע ארבעטער אידן און נישט אידן איז געשטעלט געוורן אויפ'ן טיש מנורה'ס מיט להבדיל קראצמעך ביימער ר"ל. אויך האבן געהאנגען סיינס העפי האלידעי מיט סימבאלן פון חנוכה און חהבדיל קראצמעך.
ווען נישט וואס נישט-איינגשטעלטע וואס האבן זיך געפינען אין בעיסמענט באזוכער האבן געעפענט דעם טיר דארט וואלט מען נישט געוואוסט דערפון.
אבער וויבאלד די פירער דארט האבן דערזען ווי עס הייבט אן ארויסצוקומען, און האבן געציטערט אז מען גייט ברענגען קאמערעס, האט מען ארויפגעלייגט א סיין אויפ'ן טיר פון גרויסן סיין אויף ענגליש "נישט צו עפענען די טיר ווייל די "האלידעי פארטי" האט זיך אנגעהויבן".
כאטש וואס די אפיציעלע באהערדע האט פרובירט צו מאכן א שווייג דערפון, איז דאס שנעל ארויסגערינען אין דער גאס. און ווען עס איז נישט געקומען קיין קול מחאה פון די אפיציעלע באהערדע אדער אן אנטשולדיגונג, איז אין דער באריכט פון פרשת שמות ערשינען א מחאה אין נאמען פון תשובי ק"י דערקעגן.
פארשטייט זיך אז עס איז געווארן אן איבערקערעניש. ווי עס ווייזט אויס האט דאס אנגעמאכט א גענוג גרויסן טומל, אז די אפיציעלע באהערדע האבן באשלאסן ארויסצוקומען מיט אן אנטשולדיגונג און אז אזא זאך וועט שוין נישט פארקומען.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2005 03:13 |
|
| |
הרב פריעדמאן איז טאקע א חכם מחוכם עפעס נישט פון דעם סארט וואס פארט זיך אריין אין דעם מאנראוער דערפל...
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2005 03:11 |
|
| |
פריעדמאן איז א גוטסקייט, ממש ווי זיין פאטער...........
און צווייטענס, אין קרית יואל ווארפט מען ווען עס לוינט
בושטער סטאר יוכיח
און נאכמאל דו האלט דיר מיט פריעדמאן, און אונז מיט הירש
אגב, אפשר ווייסטו דער באגעגעניש שבת ביים רבין שליט"א צווישן הירש און זיגי???????????????
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2005 03:06 |
|
| |
ווער עס האט גערודפט דאקטער ווערצבערגער איז גוט באקאנט, אז הירש האט אים געצאפט דאס בלוט. יעדער ווייסט אז הרב פריעדמאן איז אן ארענטליכער מענטש און האט נאכנישט געטשעפעט קיין שום איד - נישט קיין אהרוני און נשט קיין בני יואל.
דערווייל האלט עס נישט ביי דעם אז זיי גייען ווארפן פריעדמאן, ווייל ער ווייסט צופיל וד"ל
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2005 03:02 |
|
| |
איחוד
דאס אלעס וואס איך זאג, איז קיין שום סוד, אין קרית יואל
יעדער ווייסט אז דער גוטסקייט פריעדמאן האט אויפגעגעסן דעם חשובן און באליבטן דר. ווערצבערגער, איך אליין האב ביי א שמחה געהערט פון דעם דאקטער אז ער האט געזאגט פאר קרית יואל רביצין [ווער עס וייסט, זענען די צוויי שטארק נאנט, (נו, הייליגע אידן, הייבסט אן, קדושה, ........)] אז ווילאנג נחום איז דארט, גייט ער נישט צוריק
איך האלט אז אפשר ווען מען וועט פארקויפן "דער באריכט" אין וויליאמסבורג וועט עטס אויך וויסן דאס אלעס
אגב, לאמיר הערן א אפשאצונג, וואס די אישו'ס גייט זיין קומענדיגע וואלן
האוזינג -רענטאל דירות, בתי מדרשים מקואות, עזרת חולים/דר. ווערצבערגער, קהל
אדער גאלרפילד זאל זיין א טו וועי סטריט, און עפענען ספינקא מוסדות
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2005 02:42 |
|
| |
אלייענס
זאגסט זייער גוט. זאג נאר זאג...
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2005 02:40 |
|
| |
די האלט דיר מיט גוט הארציגען נחום פריעדמאן און ערליכן יוסף וואלדמאן
איך מיר וועלן זיך האלטן מיט די כפירה'דיגע דיסטריקט, און טריפענע העלט סענטער
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2005 02:40 |
|
| |
אבער ענק זענען מודה אז די ווערטשאפט אין מעדיקעל סענטער טויגט נישט דאס איז מער ווי גענוג צו באשטעטיגען דעם באריכט
אז געלט וואס דארף גיין לטובת הציבור ביי עזרת חולים ווערן פארקירעוועט ארין פריוואטע קעשענעס ווי עס איז געווארען צו געלייגעט מיט אויטענטישע דאקומענטען אז עס גייט פאר עקשטיין
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2005 02:36 |
|
| |
דאס ווייס איך שוין לאנג אז הרב פריעדמאן איז אן ערליכער איד, וועלכער פירט טאקע זיין שטוב אזוי ווי זיין חשוב'ער טאטע הרב החסיד רבי מענדל וואלף פריעדמאן שליט"א האט אים מחנך געווען.
איצט בין איך עס נאך מער געוואויר געווארן, זעענדיג אז ער איז גרייט זיך צו שפילן מיט זיין פרנסה אבי נישט צו טראגן דעם אחריות פון אזעלכע זאכן, וואס תסמר שערות אנוש.
אלייענס, א יישר כח פאר מודיע זיין אז די אפיציעלע באהערדע זעט נישט קיין פראבלעם אין פייערן א "האלידעי פארטי" געמישט חנוכה מיט להבדיל דעם יוזל ר"ל.
שטעלט זיך איצט ארויס, אז די וואס האבן געשריגן קעגן דעם סקול דיסטריקט זענען ליידער גערעכט!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-17/1/2005 02:29 |
|
| |
הפלא ולעפעלע
נ.פ. גיבט גערעכט פאר מ.ה.ש.
דער אויפטוה איז מורא'דיג, און דער שטארקייט וואונדערבאר
אגב, מיר ווארטן קוים אז פריעדמאן - וואס פירט עזרת חולים, בדרך ווי זיין טאטע לאויושט"א האט מחנך געווען זיין שטוב - זאל כאפן א קאפע, און נאכדעם וועט עזרת חולים קענען ווערן אנגערופן, א מעדיקעל סענטער נוסח קרית יואל
און איך גלייב, אז דער מודעה, האט געהאלפן אין דעם ריכטונג, נישט פארקערט
איז דעריבער, ישר כח, מ.ה. פאר נאנטער ברענגן אזא וויכטיגע שריט
תוקן על ידי - jewboy - 18/01/2005 1:21:14
|
|
|
|
|