| נשלח ב-19/1/2005 19:31 |
|
| |
וועדינג מאל - מנוחת הנפש -חתונה מאל 46
עס זענען שוין דא אזויפיל חתונה מאלס
וועדינג מאל - מנוחת הנפש
די וואך איז אפירגעקומען פול פעידזשיגע קאלירדיגע רעשיגע עדס פון א נייע חתונה מאל און 46, קען איינער מיר ערקלערן ווער איז וואס און וואס איז ווער
האט דאס אויך לטוהן מיט אהרן-זלמן לייב פאליטיק?
איז דאס אלעס די זעלבע?
שפארט מען טאקע געלט מיט זיי?
וואס באקומט מען ביי זיי?
נעמן זיי צו די בזינעס פון די אנדערע היימישע סוחרים?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2005 20:01 |
|
| |
דער עיקר איז אידישע קינדער דארפן נישט אויסגעבן אזויפיל אויף חתונה מאכן, וואספארא נפקא מינא ווער עס העלפט ארויס אין דעם?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2005 20:10 |
|
| |
איראק, ביזט גערעכט, כ'בין נישט אויסען ח"ו אראפצורייסן אדער אפחוזק'ן, אין דרכי כלל בכך, ווער ס'ליינט מיינע תגובות ווייסט דאס גוט.
כ'בין פשוט נייגעריג צו פארשטיין ווער ס'שטייט אונטער וועלכע אונטערנעמונג, און וואס זיי שטעלן צו א.א.וו.
אגב, פאר פסח ווען ס'האט זיך געטון דאס ערשטע מאל מיט די פסח ירידן מארקן פון אלע צדדים, הער איך ווי א איד - וואס ווי ס'זעהט אויס איז ער מקפיד צו כאפן ביי יעדן וואס מ'קען - רופט זיך אן הויעך, אוי! א שאד, הלוואי וואלט ליפא אויך געוואלט זיין רבי, וואלט מען שוין געטיילט "מצות" אומזיסט!
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2005 21:28 |
|
| |
כע כא, א גוט ווארט...
גראדע אין מאנסי איז פארהאן אזא "יריד" ארגאניזאציע, א גאנץ יאר, און פארקויפן אלעס פאר שפאט ביליג, ווי תשמישי קדושה און וויכטיגע גראסערי וכו' וכו', א געוואלדיגע זאך.
ביי ביי
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2005 23:35 |
|
| |
ווי איז עס?

|
|
|
|
| נשלח ב-20/1/2005 00:10 |
|
| |
עס איז אויף Phillis teres קאר. כתר
דאס איז אנגעפירט דורך א טיכטיגן יונגערמאן, ער הייסט אדלער. (ער איז א וויזניצער).
זיי מעלדן איין אין אלע בתי מדרשים, און דורך אדווערטייזן, אז זיי האבן "אלעס" פאר ביליג.
זיי זענען בעיקר געשטעלט אויף זאכן וואס די ווייבער וועלן שיקן "די לעצטע מינוט" די מענער איינקויפן.
למשל, וויין, ליכט וכדו'.
אבער פון צייט צו צייט [גאר אפט] פארקויפן זיי די נייע טור, די נייע שלחן ערוך.
איך [סאטמאר'ער] האב איינגעקויפט יעצט פאר חנוכה אלע מיינע באדערפענישן [אריינגערעכנט 6 דריידלעך], איך האב ארויסגענומען א צענער, און באקומען טשענדזש...
אויב דער עסקן ליינט עס, וויל איך אים באדאנקן פון טיפן הארץ, יישר כח!!
|
|
|
|
| נשלח ב-21/1/2005 19:03 |
|
| |
וויפיל האבן געקאסט די דריידלעך ???
|
|
|
|
| נשלח ב-14/2/2005 22:00 |
|
| |
די מאל און 46 פירט אין די טעג אן א מעכטיגע פובליק רילעישאן אדווערטייזינג קאמפיין
למעשה, וואס האט די מאל און 46 וואס די אנדערע האבן נישט, אדער פארקערט
און ווער פירט דאס אן?
איין זאך איז זיכער, אז ווי מער, אלץ בעסער פאר די מחותנים.
אבער פאר די ריטעילערס איז דאס א בראך, זיי שטייען א גאנת יאהר אין ביזנעס און קוקן ארויס אויף די חתן-כלה איינקויפן, אצינד וועלן זיי דאס פארלירו?
תוקן על ידי - אינגערמאן - 14/02/2005 22:20:02
|
|
|
|
| נשלח ב-17/2/2005 06:30 |
|
| |
עס איז דא א צד צו טעהנ'ן אז די ביליג איינקויפען ברענגט צו ספענדען מער אין דער עתיד. דהיינו?
למשל היינט קאסט פארניטשער 7000 א בעדרום און 7000 א דיינונג רום.
אויב מען קען קויפען פאר ביליגער, קויפט מען שוין צו א ספרים שאנק. און שפעטער קויפט מען שוין אלעס פאר די נארמאלער פרייז, און די הוצאות שטייגען נאך מער ווי לכתחילה.
דאס זעלבע איז אמת ביי סתם מציאות. איינער וואס קויפט נאר וואס ער דארף, וועט צאלען ווייניגער ווי דער וואס גייט זיכען מציאות, און קויפט 4 פאר צען דאלאר, ווי דער וואס קויפט נאר איינס פאר דריי דאלאר.
והדברים עתיקין.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/2/2005 15:32 |
|
| |
בארא פארקער, גערעכט. נו, איך הער דאך אז יונגעלייט פון קרית יואל זענען אויפגעקומען מיט אן עפארדעבל חתונה פלאן, לויט דעם מוז (קרי: טאר) מען דאך נישט קויפן די אלע זאכן אויך נישט פאר בחנם - איז דאך ממש א ישועה.
אגב, פארוואס האבןם די עסקנים נישט אריינגעלייגט דעם "אידן דעבאטירן" אין היידפארק חדשות אנ"ש? לדעתי איז נישטא קיין בעסערע פלאץ פאר דעבאטעס ווי דא... וועט מען אפשר האבן מנוחה פון אנדערע דעבאטעס, כאטש פאר עטליכע שעות...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/2/2005 23:30 |
|
| |
לויט ווי איך האב פארשטאנען פון די אדווערטייזמענטס פון די 47 מאל, זענען זיי אנדערש פון די געווענליכע חתונה מאלס אדער חתונה צענטערס וועלכע זענען בעיקר אויפגעשטעלט געווארן אז די מחותנים זאלן זיך שפארן געלט.
דער 47 מאלל קוקט אויס ווי א קאמפעטישאן פון רעגולערע סוחרים קעגן דעם, און זיי זענען נישט געצילט אז די מחותנים זאלן זיך שפארן געלט, זיי זענען אינטרעסירט צוריקצונעמען דעם מארקעט, און די מאל האבן זיי אויפגעשטעלט פאר די באקוועמליכקייט פון די קונדן. אז מען זאל אלעס קענען טרעפן אונטער איין דאך.
אויב האב איך פאלש געלערנט פשט דערין, אדער איר האט אנדערע אינפארמאציע, ביטע מאכט אויפמערקזאם.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/2/2005 05:55 |
|
| |
יא, די חתונה און וועדינג מאלס זענען דא צו שפארן פאר'ן עולם.
די נייע מאל און 46 איז דא צוריק צוכאפן די ביזנעס פאר די לאקאלע סוחרים, און נישט פאר'ן תכלית פון עולם.
דערפאר איז פון אינטערעסע פאר'ן ציבור אז די חתונה-וועדינג מאלס זאלן נישט אונטערברעכו, ווייל דעמאלטס וועט זיין מפטירין כדאתמול.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/2/2005 22:02 |
|
| |
פאר די סקעפטיקער איבער די אויפטוה פון חתונה מאלס, גם אני בחלומי, כ'האב אויך אזוי געהאלטן
ביז...
כ'האב געכאפט א שמועס מיט עטליכע מחותנים וואס האבן געקויפט זייער חתונה פעקעדזש ביי די מאלס, זיי האבן נישט גענוג לויב ווערטער פאר די אויפטוה פון די מאלס.
איבערהויפט די וואס האבן שוין חתונה געמאכט אן די מאל, זיי זעהן די חילוק
|
|
|
|
| נשלח ב-10/3/2005 06:22 |
|
| |
"מאל און 46" האט געטוישט דעם נאמען צו "עקספאו"
האט איינער באמערקט?
ווייסט איינער פארוואס?
|
|
|
|
| נשלח ב-13/3/2005 05:10 |
|
| |
מסתמא האט זיי די "מאל" גערופן צו די תורה פאר'ן נוצן א נאמען וואס איז אזוי ענליך
כ'האב גארנישט געהערט קראנט אבער ס'זעהט מיר אזוי אויס
|
|
|
|
|