בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

די רב מיט זיינע שלעפערס שלאפן שבת שירה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/1/2005 05:17 לינק ישיר 
די רב מיט זיינע שלעפערס שלאפן שבת שירה

אין ווילי און אזוי אויך אין יעדער רבי'שע הויף נישט קיין חילוק צו א רב רב שיינע איד וכו', צו אין סתם בתי מדשרשים, יעדער האט געפירט די וואך פרייטאג צונאכטס א טיש באטע צוזאמקום, לכבוד דער געהויבענער שבת שירה.

אין ווילי אליין איז די וואך כמעט אויף יעדע גאס געווען א באטע, פאפא רבי, צעהלים רב, ווינער רב, קיווישאד רב, שאץ רבי, הרב לאבין חרדים רב, ספינקא ר' בעריש, ספינקא ר' אביש, קראלע, וויזניץ בני ברק, וויזניץ מאנסי, לימנוב, סטראזניץ, אדווארי, קליוולאנד, קאפיש מאנטיוואדע, גלאנטא, טאהש, כוונת הלב, באבוב, סקולען וכו'.

די אהרונים האבן געמאכט א ריזיגע באטע בראשות הגה"צ ר' מנחם מענדל טייטלבוים שליט"א אינעם היכל הביהמ"ד המפואר אויף 13 הופער סט. עס זענען צוזאמגעקומען קרוב צו 500 אידן און געזינגען אינאיינעם די שירה צום בורא כל עולמים.

אבער אין ראדני איז די וואך געווען טויט שטיל, נישט געווען קיין שירה, קיין באטע, זאלי איז געגאנגען שלאפען, און זיינע נאכשלעפערס זענען אויך געגאנגען שלאפען.

דאס קומט נאכדעם וואס זאלי האט אויפגעהערט צו פירן באטעס ווייל עס ברענגט אים בזיונות, זיינע מענטשען קומען נישט, און די טישן און בענק זענען געווען ליידיג, און יעדער איז געווען ביזי מיט די בזיונות דערפון, האט זאלי אפגעמאכט אז ער פירט מער נישט מער קיין באטעס פרייטאג צונאכטס.

פאר יאר איז דער קרית יואל רב שליט"א געווען אויף שבת שירה אין ווילי, דעמאלס האט זאלי געמאכט א באטע און געהאנגען צעטלעך אין די גאנצע שטאט, אנגעפילט דער איד מיט מודעות אז יעדער מוז קומען זינגען די שירה אינאיינעם אין ראדני, אויף די הייליגע פלאץ וואס רביה"ק זי"ע פלעגט טאנצען די שירה, און עס האט זיך אויסגעלאזט מיט 30 מענטשען.

אבער היי יאר אזוי ווי קרית יואל רב שליט"א איז נישט געעוען אין ווילי, איז דאס הייליג פלאץ געווען פארלאשן די לעקטערס, און די זאלי איז געשלאפן א מחי'.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/1/2005 20:31 לינק ישיר 

עס קוקט אויס ווי זיי שווימען יעצט אויפן "מיאמי ביטש"!!

עטס געדענקטס ווי זיי האבן געשריבן אויף רבינו שליט"א די זעלבע ווערטער וואס איך האב יעצט געשריבן!!

עפרא לפימייהו!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/1/2005 19:45 לינק ישיר 

זייט מען האט געקראסט די קראס אפיעל שלאפן די זאליס

זאליס וועקטס ענק אויף מען דארף קענענן דערהייבן א דורככפאל אין גיין ווייטער

{{סיי ווי איז די דורבפאל נאר א הקדמה צי דעס וואס עס ווארט ענק נאך סא געוויינט זיך צי}}



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/1/2005 18:48 לינק ישיר 



עס קוקט אויס אז די זאליס שלאפען נאך זייט שבת מען הערט נישט פון זיי גארנישט דא?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2005 23:45 לינק ישיר 

מצורף קובץ



א בילד פון זאליס רבי אויף די עלטער.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2005 23:43 לינק ישיר 

מצורף קובץ



זיין רבי פלעגט אויך שלאפן שבת שירה פרייטאג נאכט...






דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2005 22:39 לינק ישיר 



שינה בשבת תענוג איז א גרויסע זאך...


ובפרט שבת שירה...





שבת פלארידא באריכט


די רבי שליט"א איז געווען די וואך אין פלארידא, די רבי האט געדאווענט ביי זיך אינדערהיים, ר' שמואל אויבערלענדער שליט"א די סאטמארע ווייס פרעזידענט האט געטראפען דעם רבי'ן אויפן וועג צו די מקוה שבת צופרי, און ער האט געגעבען שלום פארן רבין און די רבי האט אים צוריק געגעבען און אים באגריסט מיט א פרייליכער געזיכט.


די רבי האט געדאווענט אינדערהיים, די רבי האט נישט געוואלט זאגן שירה, משה גבאי האט זיך ארום געטאנעט אבער עס האט גארנישט געהאלפען, אליעזר קעסטענבוים האט געזאגט די שירה, און ביים ליינען האט די רבי נישט געוואלט עולה זיין, יעדער איז געשטאנען פאר ששי ביי די שירה 15 מינוט און געווארט ווען די גבאים האבן זיך ארום געטאנעט מיטן רבין עולה זיין צום סוף האט ער עולה געווען.


חוץ דעם איז זייער שיין געווען שבת, די גבאים האבן נישט געמאכט קיין פראבלעמעם פאר קיינעם צוקומען זיי האבן יעדעם אריין געלאזט דאווענען.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/1/2005 17:12 לינק ישיר 

כ"ק דער רב שליט"א וועט זיין אי"ה שבת קודש פרשת משפטים (לסדר ואלה המשפטים אשר תשים "לפניהם" - אצל בי"ד!!) אין בארא פארק!

איך האב מיך שוין דארט פארשאפט אן אכסניא פאר מיר, בני בית, און אלע קינדערלעך!

אלע אנ"ש וואס האלטן מיט די שבתים פון כ"ק דער רב שליט"א בכל עת מצוא, אין קרית יואל - וומ"ס - בארא פארק ועוד, וועלן זיך נישט פארגעסן דעם שבת פרשת שמות תש"ס אין בארא פארק. יענעם פרייטיג צונאכטס איז געווען די איבערקערעניש אין דער וועלט וועגן די שרעק פונעם Y2K, [פאר די יונגערע צווישן אונז: ווען עס האט זיך געטוישן פונעם יאר 1999 צו 2000 למספרם], עס איז נישט געווען קיין זייגער אינעם זאל, און ווען דער רב שליט"א האט געענדיגט זיין דרשה איז מען ארויסגעגאנגן אינדרויסן און נישט געקענט מער ווי שטוינען אז ס'איז שוין 12:45, און די אלע וואס האבן מיטגעלעבט דעם פשטל מען האט פארפאסט די סעקונדע פון 12:00!!

יודעלעך זינגט'ס אלע אינאיינעם: אוי "אלה וכאלה יוסיף עמנו, יוסף עמנו, אוי להגדיל להגדיל שמו, שמו הגדול"!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/1/2005 07:13 לינק ישיר 

ווען קומט דער קרית יואלער רב דאס יאר קיין וויליאמסבורג?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > די רב מיט זיינע שלעפערס שלאפן שבת שירה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext