א וועלט פון רבי'לעך!
ווי ס'איז באקאנט, האט זיך יעדע רבי זיין מנהג, אזוי ווי זיינע זיידע'ס האבן זיך געפירט אין דער אלטער היים [אדער יא, אדער ניין!].
גיין באטסעס זומער - א שפיציגע הויכע קאפל אויפן שטריימעל, ועוד ועוד
וואלט שוין געמעגט זיין - אין 2005 - א רבי מיט די פאלגענדע מנהגים:
גיין הינקעדיג - אזוי ווי דער הייליגער דברי חיים.
זיך אפברענען די הענט - אזוי ווי דער הייליגער רבי ר' אלימלך פון ליזענסק.
געבן צו עסן און פיטערן די קינדער, כל נדרי אויפדערנאכט - אזוי ווי דער הייליגער בארדיטשוב'ער רב.
זיצן אין תפיסה - אזוי ווי דער בעל התניא.
ווארטן ביי די טיר - אזוי ווי אברהם אבינו, און אזוי ווי ר' יוחנן א'שערי טבילה והמבין יבין.
לייגן א פידל ביינאכט ביים פענסטער - אזוי ווי דוד המלך
זיך קוילערן אין שניי - גלגול שלג
ועכשיו שלא זכינו...
|
|