בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

מלאך געט קוואדער פאר ארויסגעפאלענע ציין?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/2/2005 20:27 לינק ישיר 
מלאך געט קוואדער פאר ארויסגעפאלענע ציין?

פון ווי שטאמט דאס אז א "מלאך" געט א קוואדער פאר אן ארויסגעפאלענע ציין?

איז דאס סתם א "חיזוק" פארן קינד, אז א "מלאך" קומט צו "אים" בכבודו ובעצמו, און לייגט אים אריין א קוואדער, אינטערן קישן?

אדער איז דאס סתם זיך משוגע צו מאכן!

אדער האט עס טאקע "עפעס א ערנסטן מקור"!



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2005 20:07 לינק ישיר 

MANY PEOPLE SAW ELIYAHU BUT THEY DON'T TELL YOU THAT THEY SAW HIM



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2005 19:55 לינק ישיר 

משיח יקירי.
איך זאג נישט קיין דבר ברור בנוגע וואס די גלייבסט, איך האב נאר דא געשאצט פין די טאן פין דיינע ווערטער. אויב האב איך זיך טועה געווען איז נישט.

אין בני יששכר שטייט אז ווען איינער גלייבט נישט אין קיין אידישער מסורה, אפילו עס האט נישט קיין שום מקור, ווי למשל אז די נשמות דרייען זיך אין די בית הכנסת ביינאכט, איז ער אן אפיקורס. למעשה שטייט עס אין מחזור וויטרי, ער האט נאר נישט געהאט קיין מחזור וויטרי.

די מאכסט השוואות פין דיין זיידע רבי ר' מאטעלע. איך מיין עס איז דא א גרויסע חילוק צווישען דיך און אים. נעמליך, ער האט געזאגט אז ער קומט נישט נאר צו יחידי סגולה, האט ער עס באזירט אויף אנדערע מאמרי חז"ל וכדומה, די, לכאורה זעהט אויס ווי די לייקענסט אין דער אמונה פין אלי' הנביא ביים סדר, פשוט ווייל עס שמעקט דיר בעסער אזוי, און די פארלאזט דיך אז עס איז דא חילוקי דעות ביי דעם, (אגב עס איז נישט דא קיין חילוקי דעת לפי ידיעתי, די זאך האט נאר נישט אזעלכע אלטע מקורות).

אויב די האסט ראיות קעגען דער אמונה פין אלי' ביים סדר, איז אדרבה, ברענג עס. אויב נישט, דאכט זיך אז דיין לאכען פין דעם אמונה, איז לויט דער בני יששכר אן אפיקורס.

אז די ווילסט מחולק זיין מיט דער בני יששכר, כל הכבוד, אבער געדענק דער כלל וואס איך האב פריער אנגעוויזען, אויב די ביסט מחולק ווייל די האסט ראיות, אדרבה, ברענג עס, אויב אבער ווייל דיר שמעקט בעסער אזוי, איז, השמר והזהר, עס שמעקט מיט אפיקורס'ס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2005 19:48 לינק ישיר 

צי שרייבן "אין אדם מורש שקר לבניו"
אויף א זאך וואס עס איז שוין אנגענימען מאז היתה ישראל לגוי אז אליהו הניבא קימט צי א סדר מבשר זיי די גאולה אין דער בעל הגדה האט וועגן דעם אריינגעלייגט דעם שפוך חמתך אינעם סדר הגדה איז מען "יא" אן א אפיקורס

איך שרייב די ווערטער נישט צי משיח נאר צים עולם אז מען זאל וויסן נישט צי ליינען וואס ער שרייבט כדי מען זאל נישט נמשך ווערן נאך אזעלכע געדאנקן
ליידער האט ער שוין דא געטריבן ליצנות פין אימצאליגע הלכות אין מנהגים וואס יוסדתם בהררי קודש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2005 19:40 לינק ישיר 

גלוי אליהו האט נישט קיין שייכות מיט'ן זיך אויפפירן ערליך.

טויזנטער און טויזנטער אידן האבן זיך אויפגעפירט ערליך במשך די לעצטע פאר טויזנט יאר, און האבן נישט זוכה געווען צו גלוי אליהו. דאס איז א זאך וואס האט מיט יחידי סגולה צו טוהן. און אויב זאגט מען דאס פאר א קינד, איז מען מוריש שקר לבניו.

בכלל איז דאס נישט קיין וועג פון חינוך, מ'זאגט צו פאר א קינד, א גוטע זאך, נישט קיין גילוי אליהו.





תוקן על ידי - משיח_השם - 02/02/2005 20:18:58



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2005 18:52 לינק ישיר 

משיח,
לייען איבער דיינע ווערטער.

יוסף נפתלי האט געזאגט
ניין איך טו נישט אזוי מיט מיינע קינדער,

אבער איך זאג זיי יא אז מפירט זיך אויף ערליך האט מען גלוי אליהו


משיח זאגט
אין אדם מוריש שקר לבניו, ווי קענסטו אזאנס זאגן פאר דיינע קינדער?

האסטו נישט מורא אז דיינע קינדער וועלן ווערן דיסאפוינטעד איין טאג, און זיי וועלן טראכטן אז אלעס וואס דו האסט זיי געזאגט איז שקר?


די האלטסט נישט אז מקען זוכה זיין צו גלוי אליהו?
וויפיל מאהל געפונען מיר אין ש"ס אז אליהו איז האט זיך אנטפלעקט פאר תנאים ואמוראים.

פארוואס האסטו איהם נישט גיענטפערט צו די זונגסט איש חסיד מיט דיינע קינדער?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2005 18:35 לינק ישיר 

איך - אין אזא פאל - וואלט געטראכט אז מיין טאטע איז גאר "אליהו הנביא"!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2005 18:02 לינק ישיר 

הרב בארא פארקער

בכל הכבוד הראוי, וויל איך מעיר זיין אויף דיינע חשוב'ע ווערטער.

א - לייקענען אין א אידישע אמונה איז אפיקורס'ס

'די אידישע אמונה' איז נאר דא איינס. עס איז נישטא אפאר אמונות - ווי עס איז משמע פון דיינע ווערטער א אידישע אמונה - און גלייבן דארף מען נאר אין דעם. איינער וואס גלייבט נישט אין א זאך וואס שטייט אין קדמונים וכדו', וואס האט נישט א מקור אין חז"ל, ווערט נישט קיין אפיקורס.

אן אפיקורס איז איינער וואס גלייבט נישט אין בורא, אדער ווי אונזערע חכמים לערנען אונז, איינער וואס איז מבזה א תלמיד חכם.

ב - אלי' הנביא קומט צו איעדע אידישע סדר, דאס איז אן אמונה וואס ווערט געברענגט אין קדמונים.

דער ענין צו אליהו הנביא קומט צום סדר אדער נישט, ווערט טאקע געברענגט, אבער עס איז נישט אנגענומען ביי אלע גדולים. עס איז דא אסאך גדולי ישראל, קדמונים, וואס האבן נישט געהאלטן דערפון. כ'געדענק נישט יעצט פונקטליך די נעמען פון זיי, און פונקטליך די פרטי הדברים. פסח צייט האב איך עס דורכגעטוהן, אז כ'על האבן צייט וועל איך עס אויפקוקן, און דיר מעתיק זיין.

ג - אז די גלייבסט נישט אז ער טרינקט פין די וויין ווייל א מלאך איז רוחני נישט א גשמי וואלט איך אנגענומען. מיר זעהט אבער אויס אז די גלייבסט נישט ווייל די גלייבסט נישט בכלל אין קיין מלאכים.

טייערער איד, עס טוט מיר וויי אז דאס פאלגנדע מוז איך פרעגן פון דיר - הרב בארא פארקער - דו פלעגסט דאך נישט זיין אזוי, וואס איז מיט דיר געשעהן?

ווי אין מיינע ווערטער קוקט דיר אויס אז איך גלייב נישט אין קיין מלאכים? איך בין עומד ומשתומם, כ'האב איבערגעליינט מיינע ווערטער אפאר מאל, און כ'קען נישט קומען צו די מסקנה אז איך גלייב נישט אין מלאכים.

ד - אז ער קומט צו א ברית גלייבסט די יא? דאס שטייט כמה פעמים אין זוהר.

קודם כל, וואס האט דאס שייכות צו דאס אויבנדערמאנטע. שנית דער זיידע ר' מרדכי'לע (נדבורנא'ר) האט געהאלטן אז ער קומט נישט צו יעדן ברית, נאר צו געוויסע יחידי סגולה. איז ער געווען אן אפיקורס?

כללו של דבר - דער עולם שאצט נישט גענוג שטארק דער חומר הענין פון אפיקורסות, ממילא נוצט מען דאס זייער גרינג. עס איז א האקעלע זאך, און מ'קען נישט אזוי שנעל מחליט זיין, ווער איז אן אפיקורס און ווער נישט.

אינטערעסאנט אז אויף א מבזה תלמידי חכמים שטייט קלאר אין די גמרא, אז אזא איינער איז אן אפיקורס. און מענטשן זענען מבזה תלמידי חכמים אין גרויסן, ואין פוצה פה ומצפצף. משא"כ אויב טוט ער עפעס וואס 'דיין רעבע' האלט אנדערש, אדער ער גלייבט נישט אין עפעס וואס דו גלייבסט, איז ער שוין א כופר, אן אפיקורס וכו'.

דער עיקר פון אלע זאכן איז, נישט קיין חילוק וואס מ'גלייבט, און וויאזוי מ'גלייבט. אזוי לאנג ווי מ'פארלאנגט נישט פון יענעם ער זאל האלטן אווי דו. אזוי לאנג ווי מ'טעראריזירט נישט אנדערע פאר דיין גלויבונג. מהיכי תיתי. אויב מאכט דערפון אבער אן עיקר, און מ'מאכט דערפון א מציאות, ווי ביסטו פארזיכערט, אז ווען דיין קינד וועט אויפוואקסן, און זעהן אז ס'איז נישט פונקטליך אזוי, ער וועט אפילו זעהן ספרים פון גדולי ישראל וואס האלטן אנדערש, און דאן וועט ער דיך שוין נישט טראסטן מיט אלע אנדערע זאכן וואס דו האסט איהם מחנך געווען. אפילו וואס ער זעהט נישט אנדערש אין די ספרים.

פארשטייט זיך, אז איך רעד דא פון זאכן וואס זענען נישט מבואר אין חז"ל, נאר געדאנקן וואס זענען שפעטער נתחדש געווארן. וואס בכלל ביי די זאכן, זענען רוב פון זיי תלוי אין חילוקי דעות פון גדולי ישראל. ממילא מאכט נישט דערפון קיין עיקר. יעדער זאל זיך גלייבן אין זאכן וואס זענען איהם מעורר צו ווערן נענטער צו גאט. און זאכן וואס מאכן איהם געשמאק דאס אידישקייט.


און טאקע ביי דעם אויבנדערמאנטן ענין, איז על פי רוב איינגעפירט, אז עלטערן געבן א שטיפ דעם טיש, עס זאל זיך אביסל אראפגיסן, און מ'זאגט פאר די קינדער אז אליהו הנביא טרינקט איצט. אדער איז דא אזעלכע ווי מ'לאזט דעם כוס פיל, און דעם קומענדיגן אינדערפרי טרעפט מען דעם כוס ליידיג, און דער טאטע זאגט אז איבערנאכט האט אליהו הנביא דאס אויסגעטרינקען.

ס'האט מיר א איד דערציילט, אז איינמאל אלס קינד, איז ער אויפגעשטאנען אינמיטן די נאכט - פסח - און האט געזעהן ווי זיין טאטע גיסט צוריק דעם כוס של אליהו אין באטל אריין. ער האט געמיינט אז ער חלש'ט, ווייל ער האט ערנסט געגלייבט אז אליהו טרינקט עס אויס. און זייט דעמאלטס האט ער מער נישט געטראסט זיין טאטן.

תוקן על ידי - משיח_השם - 02/02/2005 18:12:53



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2005 17:25 לינק ישיר 

משיח.
לייקענען אין א אידישע אמונה איז אפיקורס'ס, אלי' הנביא קומט צו איעדע אידישע סדר, דאס איז אן אמונה וואס ווערט געברענגט אין קדמונים. אז די גלייבסט נישט אז ער טרינקט פין די וויין ווייל א מלאך איז רוחני נישט א גשמי וואלט איך אנגענומען. מיר זעהט אבער אויס אז די גלייבסט נישט ווייל די גלייבסט נישט בכלל אין קיין מלאכים.

אז ער קומט צו א ברית גלייבסט די יא? דאס שטייט כמה פעמים אין זוהר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2005 06:38 לינק ישיר 

זאג נאר משיח די עסט מלוה מלכה מיט דיינע קינדער?

זינגסטו מיט זיי זמירות אויך?

און איש חסיד זינגסטו אויך?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2005 06:27 לינק ישיר 

ס'איז להבדיל אזוי ווי SANTA ביי די גוים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2005 06:05 לינק ישיר 

ס'איז נישט קיין שקר איך גלייב באמת דערין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2005 06:00 לינק ישיר 

אין אדם מוריש שקר לבניו, ווי קענסטו אזאנס זאגן פאר דיינע קינדער?

האסטו נישט מורא אז דיינע קינדער וועלן ווערן דיסאפוינטעד איין טאג, און זיי וועלן טראכטן אז אלעס וואס דו האסט זיי געזאגט איז שקר?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2005 05:51 לינק ישיר 

ניין איך טו נישט אזוי מיט מיינע קינדער,

אבער איך זאג זיי יא אז מפירט זיך אויף ערליך האט מען גלוי אליהו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2005 05:29 לינק ישיר 

כ'מיין ס'איז דער זעלבער מלאך וואס טרינקט אויס דעם כוס של אליהו.

וויפיל פון אייך האט מען אויסגעפאפט אלס קינד, ווען מ'האט געשאקלט דעם טיש, און ס'האט גערינען פונ'ם כוס. אדער ווען איר האט געטראפן דעם בעכער ליידיג דעם נעקסטן צופרי. און איר האט זיך איינגערעדט אז אליהו הנביא טרינקט. אבער ווען איר האט חתונה געהאט, טוט איר די זעלבע שייגעץ שטיק פאר אייערע קינדער?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/2/2005 23:46 לינק ישיר 

מיין "מלאך" זיצט אין תפיסה פארן טיילן שלעק...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > מלאך געט קוואדער פאר ארויסגעפאלענע ציין?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext