בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

פאר קאלא ליבהאבערס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/2/2005 02:18 לינק ישיר 
פאר קאלא ליבהאבערס

איך האב לעצטנס באמערקט אן אינטערעסאנטע זאך, און כ'האב עס געוואלט אנפרעגן אנדערע.

איך בין א גרויסער קאלא ליבהאבער, איך טרינק זייער אסאך קאלא. נאר איין פראבלעם וואס קאלא ברענגט מיר, אז עס מאכט מיר דעם מאגן ברענען זייער שנעל. [אבער דאס איז נישט גענוג סיבה, מיך צו מונע זיין פון קאלא].

איך טרינק אסאך 'קאוק'. און פאר א נויט צומאל אויך 'מים חיים'. מיין עקספיריענס מיט די צוויי איז געווען אזוי: ביי 'מים חיים' האט מיין מאגן אנגעהויבן צו ברענען תיכף ווי די סאדא האט צוגערירט די מאגן-ווענטלעך. ווידער ביי 'קאוק' האט עס אנגעהויבן צו ברענען בערך א מינוט נאכ'ן טרינקען. צוליב דעם האב איך 'פריפערד' קאוק איבער מים חיים.

'פעפסי' פלעג איך קיינמאל נישט צו קויפן, ווייל כ'האב נישט ליב די גרעפיק פון זייער לאגא. [און דאס איז ביי מיר א גרויסער עיקר].

למעשה איז מיר לעצטנס אויסגעקומען צו זיין אין א געשעפט, ווי כ'האב געוואלט קויפן א 'קאוק', אבער זיי האבן נישט געהאט, נאר 'פעפסי'. נו במקום שאין איש איז הערינג אויך א פיש. האב איך געקויפט 'פעפסי'. און כדרכי, ווי איך בין געווען צוגעוואוינט, האב איך געווארט אויף דעם מאגן ברענעריי, איך ווארט און איך ווארט, אבער ווי צו להכעיס, ער רוקט זיך נישט אן.

האב איך געקלערט, אז אפשר דאס מאל איז פונקט מיין מאגן נישט געווען אזוי עמפינדליך. אבער דאך האט דאס מעורר געווען מיין נייגער. בין איך דאס קומענדיגע מאל, דירעקט געגאנגען קויפן 'פעפסי'. און אודך, איז געשעהן די זעלבע מעשה, מיין מאגן האט נישט געברענט דערפון. האב איך געטראכט, אז אפשר איז מיין מאגן שוין נישט אזוי סענסיטיוו, האב איך געקויפט נאך א 'קאוק'. און וואס מיינט איר? דער בחור איז צוריק געקומען, ער ברענט ווייטער. האב איך דאך שוין געזעהן אז יש דברים בגוי, דער 'פעפסי' זאגט עפעס. האב איך עס פרובירט כמה פעמים, און כ'האב פעסטגעשטעלט, אז אזוי ארבעט עס ביי מיר, 'קאוק' און 'מים חיים' יא, און 'פעפסי' נישט!

ממילא בין איך געקומען צו די החלטה, אז ס'לוינט צו מוותר זיין אויף שיינע גרעפיק, אויב קען מען הנאה האבן פון קאלא, און פון א רואיגן מאגן.

למעשה וואלט איך געקענט באשטיין צו הערן אנדערע עקספיריענסעס אין דעם ענין.

נ.ב. אויב האט איר געעפנט דעם אשכול, און דער ענין האט אייך פאראינטעריסירט ווי די פאריעריגע שניי, און איר האט א שטייטע קאנעקשאן, און איר שעלט יעדעס מאל איר עפנט א נישט אינטערעסאנטן אשכול. דאן איים סאאאאאארי



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/2/2005 20:45 לינק ישיר 

אפשר קען שוין איינער זאגן, וואס איז די מעשה מיט דעם פעלבערבוים? און מיט 'מים חיים'?

ציהט'ס נישט אן די נערוון.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/2/2005 20:12 לינק ישיר 

יישר כח פאר די וואס זארגן זיך פאר מיין וואוילזיין. עס איז אמת'דיג שיין פון ענק.

למעשה האב איך טאקע אסאך מאגן ברענעריי פון אנדערע פלעיווארס אויך (הגם איך טרינק כמעט נישט קיין אנדערע פלעיווארס). און ספעציעל ביי אראנדזש דזשוס, וואס איך פרוביר טאקע צו טרינקען ווייניג צוליב דעם. קאלא קען איך פשוט נישט אויפגעבן.

כ'האב אלץ תולה געווען מיין מאגן ברענעריי אין דעם וואס איך עס אסאך צוקערדיגע זאכן. איך דריי מיך אלץ ארום מיט טאמ'ס, און בדרך כלל העלפט עס. אמאל למחצה לשליש ולרביע.

יעצט הער איך אבער, אז ס'קען גאר זיין אן אנדערע פראבלעם, איז אפשר זענט איר מיר מסביר די לאטיינישע ווערטער. און וואס מ'קען טוהן דערפאר.

יישר כח עגעין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/2/2005 19:08 לינק ישיר 

13hooper

ביסט הונדערט פראצענט גערעכט

MY MISTAKE!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/2/2005 06:34 לינק ישיר 

דאס וואס shia550 שרייבט אז די זאלסט מאכען א colonoscopy איז נישט אויסגעהאלטען
ווייל וואס האט דיין מאגען ברענען מיט די קאלאן, אפשר האט ער געמיינט א endoscopy פון אויבען וד''ל

זאג מיר משיח ווען די טרינקסט אנדערע פלעיווארד סאדעס אדער אראנדש דזוס וואס געשעהנט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/2/2005 06:26 לינק ישיר 

פעלבערבוים פין קאסאן?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/2/2005 02:53 לינק ישיר 

יוסלע
(האסט דיך נישט געקענט איינהאלטן..)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/2/2005 02:04 לינק ישיר 

נו, וואס שרייבסטו אין חידות, זאג שוין, וואס איז די מעשה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/2/2005 01:52 לינק ישיר 

משיח טייערער

איידעלער מעטש וואס די ביזט

האסט א זעהר עמפינדלעך קישקע
אין זעהר עמפינדליכע אויגען אויף גרעפיקס


בין איך דיר מייעץ זאלסט טרעפן איינע פון די יידען וואס הייסען אויפ'ן לעצטן נאמן "פעלבערבוים" אין פרעג אים די היסטאריע פון "מים חיים"

אויב די האסט אויך איין עמפינדליכע נשמה
וועט עס דיר ברענען מעהר ווי אין די איצטומכא

תוקן על ידי - baachi - 03/02/2005 1:56:36



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2005 18:34 לינק ישיר 

קאק אז מער פאפולער ווייל פעפסי איז מער זיס אין די חששות וועגען גיצארין האט די קאמפאני גיזאגט אז אין קלעסיק לייגען זיי נישט, מסיח לפי תומו
ויש לי אשכול ישן "איז קאקא קאלא כשר" ואין אני מוצאו



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2005 17:35 לינק ישיר 

הרב צבי
דייעט, ווי גוט עס זאל נישט זיין, איז עס נאך אלץ נישט גוט. ביי אונז פלעגט מען זאגן:

calories free
sugar free
taste free


הרב בארא פארקער

פעפסי האט א כ K.


בנוגע וואס מ'האט דא גערעדט וועגן דעם ספיערס. איז מיר א שטיקל חידוש, איך טרינק טאקע דעם 'פעפסי' אבער כ'ווייס נישט צו זאגן פון זייערע קאמערשלס. איך קוק עס נישט, און כ'ווייס נישט דערוועגן. ווידעראום איינער וואס קוקט זייערע קאמערשלס, און ווייסט דערפון, ווייסט פונקטליך ווער עס שפילט דערויף. און איינער וואס ווייסט וועגן דעם ספיערס, און מן הסתם קוקט דערויף. אזא איינער קומט מעורר זיין וועגן אידישע הערצער, מעשה שטן, ימי השובבים.

אתמהה...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2005 17:22 לינק ישיר 

וואס איז דאס ספיערס?
איך טרינק קאוק ווייל זיי האבען אן ou, פעפסי האט נישט. פארוואס זאל מען טרינקען פעפסי אויב עס האט נישט קיין שום הכשר? און בפרט אז מען קען טרינקען קאוק?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2005 16:59 לינק ישיר 

try diet coke with lime
ס'האט א גוטען טעם אהן די קאלאריעס!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2005 15:07 לינק ישיר 

זייט פעפסי האט ג'הייערט ספיערס פאר זייער קמערשאלס גרוילט מיר זייער געטראנקען,

זאל עס דרוקען אויפען מאגן אבי דאס יודישע הארץ ברענט נישט,

ווער ווייסט אויב עס עס נישט מעשה שטן, ער וויל דאס דערמאנען משיחען, אין טאקע יעצט אין די שובבים,



A pached a shrek!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2005 14:36 לינק ישיר 

זייט "פעפסי" האט געדזשוינט "עפל" פאר זייער פראמאשען טרינק איך נאר פעפסי.

http://www.apple.com/itunes/pepsi

יוסעלע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2005 07:20 לינק ישיר 

על פי בקשת מורי ורבי שליט"א וועל איך דיר ענטפערן, און ווי דער רבי האט זיך אויסגעדריקט: ס'זאל דיר ליכטיג ווערן.

אין אלעם אמת, טרינק איך נאר 'קאוק'. נאר בשעת הדחק, ווען כ'האב נישט קיין 'קאוק', איז דאך פשט אז 'פעפסי' איז אויך נישטא, ווי למשל ביי סאסי'ן אין די רעסטוראנט. האב איך בלית ברירה געמוזט קויפן 'מים חיים'. עד כאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > פאר קאלא ליבהאבערס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext