בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

סגולות סגולות!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/2/2005 03:23 לינק ישיר 
סגולות סגולות!

פאריגן שבת ביי קריאת התורה האט מען געליינט: 'והייתם לי סגולה מכל העמים'.

דער ווארט 'סגולה' האט געכאפט מיין אויג. מיר לעבן היינט אין א וועלט פון סגולות. וואס איז דער באדייט פונ'ם ווארט סגולה. וואס איז דער שורש פונ'ם ווארט. און וואס געשעהט ווען א מענטש טוט א סגולה.

עס איז היינט אזוי אנגענומען אז ווען א מענטש דארף א געוויסע ישועה, אדער הצלחה באיזה ענין, טוט ער א סגולה. און דורכדעם קלערט ער אז דער אויבערשטער וועט איהם העלפן.

לאמיר זיך אביסל אפשטעלן און מצייר זיין וואס עס גייט פאר. לאמיר נעמען פאר א דוגמא די באקאנטע סגולה פון זאגן פערציג מאל שיר השירים, אויב וויל מען א חתן ווערן.

שטייט א בחור און קען נישט ווערן קיין חתן, אין הימל האט מען הייסט עס מחליט געווען אז ס'איז נאך נישט די צייט אז דער בחור זאל שטעלן א אידישע שטוב. דער בחור דרייט זיך ארום צובראכן, און צוקלאפט, ער דאוונט און בעט, ביי שמע קולינו פרובירט ער ארויס צו קוועטשן אפאר טרערן, ער ווייסט דאך אז שערי דמעות לא ננעלו. און דער אויבערשטער קוקט זיך אזוי צו, און ער איז רואיג, ער האלט אז ס'איז גוט, ס'איז נאך נישט די צייט.

איין טאג, הערט דער בחור פון דעם אויבנדערמאנטן סגולה, ער טראכט נישט קיין צוויי, און נעמט ארויס א סידור, ער לויפט צום סינק, לייגט די סידור אונטערן ארעם, און וואשט זיך די הענט. דער סידור פאלט איהם ארויס, ער כאפט עס מיט די נאסע הענט, און גיט איהם א ווארעמען קוש. עס קומט זיך דאך דעם סידור כאטש א קוש, פון דא גייט דאך קומען זיין ישועה.

דערנאך גייט ער אריין אין א ליידיגן צימער, טוט זיך אן א גארטל ארום די געדערים, און מאכט עס גאר טייט, דער מאגן זאל איהם גוט צוקוועטשט ווערן, אפשר וועט דאס אויך צוהעלפן. דערנאך לייגט מען ארויף דעם סידור אויפ'ן ספרים שאפע - אויף דעם קליינעם שטיקל וואס שטעקט זיך ארויס נאך די ספרים - און מען כאפט אן דעם סידור ס'זאל נישט אראפ פאלן. און דאן ווען אלעס איז גרייט, נעמט מען זיך זאגן מיט א ווארעמקייט מילה במילה, יעדעס ווארט שטייט. אפשר וועלן די מלאכים נישט פארשטיין אויב ער וועט נישט זאגן קלאר. ער וויל מ'זאל קלאר פארשטיין וואס ער וויל. אויב העט ער נישט זאגן אזוי קלאר 'מה יפו דדיך אחתי כלה', קען ער דאך נאך חס ושלום אריין פאלן מיט א קריפל. חס ושלום אל תפתח שה לפטן.

יעדעס מאל ער זאגט די ווארט 'כלה', נעמט איהם ארום א מורא'דיגע ווארעמקייט, ער הייבט שוין אן פארשטיין די סודות פון דעם סגולה. ער פארמאכט די אויגן שטארק, און פרובירט נאך אפאר טרערעלעך אפשר, און ער דרוקט דעם ווארט זייער שטארק 'קאאאללעע'. ער מיינט טאקע א ריכטיגע 'כלה'. נישט די סודות התורה וואס איז מרומז דא.

אינמיטן קומט אריין א בחור אין צימער, און וויל ארויס נעמען א ספר. דער בחור דנן ווייסט נישט וואס צו טוהן ווייטער, קודם גיט ער א מיש אוועק דעם סידור, ער הייבט אן מורמלען עפעס, און ווארט קוים אז יענער זאל שוין ארויסגיין.

לאמיר זעהן וואס טוט זיך אין הימל אין אזא צייט, די מלאכים קומען צו פליען פון אלע זייטן, עס טוט זיך א געשריי און א געפילדער, א בחור זאגט שיר השירים, ער וויל משנה זיין סדרי בראשית. מ'לויפט צו שלמה המלך'ס היכל, ער האלט אינמיטן פארלערנען א שיעור מיט גרויס חכמה. אינמיטן קומט אריין א מלאך, און פליהט צו מיט א מורא'דיגע שנעלקייט צו שלמה המלך'ן. אלע נשמות קוקן צו מיט גרויס שרעק, וואס גייט דא זיין. דער מלאך רוקט זיך צו צו שלמה'ן און מורמלט איהם אריין עפעס אין אויער מיט א געפערליכע נערוועזיטעט. שלמה המלך אבער, קוקט אויפ'ן מלאך מיט א געלאסענעם רואיגקייט, און זאגט נאר דאס איינצלנע: נא נא.

עס זעצט זיך א בית דין, און איז דן וואס טוט מען דא, עס איז דאך נאך נישט די צייט אז דער בחור זאל ווערן א חתן, אבער דער בחור זאגט שיר השירים, ממש מ'קען זיך נישט קיין עצה געבן. עס טוען זיך אפ אויף טישן און אויף בענק, זה בכה וזה בכה, יעדער טענה'ט, יעדער שרייט, ס'הייבט אן ווערן ווילד, די שלעכטע מלאכים ווילן זיך אריין רייסן, די גוטע מלאכים שטופן זיי ארויס, די נשמות פון די פשוט'ע מענטשן ווילן אריין זאגן א דעה, אבער די נשמות פון די רבנים שרייען: איר האט זיך נישט וואס אריין צו מישן. לאזט די אישו פאר די רבנים ועסקנים גדולי הדור. נו עס האלט שוין ממש ביי געשלעגן, און דאן....

דאן שטעלט זיך אויף דער אלטער ראש בית דין, מיט זיין לאנגן גרייז-גרויען בארד, און הייבט אויף זיין אלטע צוקנייטשטע הענט, ווי צו ווייזן, עס זאל שטיל ווערן. צוויי מלאכים נעמען זיך האקן אויפ'ן טיש און שרייען שאאאאאאא, ס'זאל זיין שטיל. עס נעמט אפאר סעקונדען, און עס ווערט שטיל.

דער ראש בית דין רוקט ארויף די גלעזער אויפ'ן נאז, און רופט זיך אן: א שווערע שאלה איז היינט אריין געקומען, אבער ווי איר ווייסט, כדי אז די סגולה זאל ארבעטן, דארף מען דאס זאגן פערציג טעג אין א ציה. רוב מענטשן מאכן עס נישט אדורך. לאמיר ווארטן און זעהן וואס דא וועט זיך אויסקאכן, האב מיר דאך דעמאלטס צייט צו זארגן.

דער עולם שטייט און באוואונדערט די קלוגשאפט פונ'ם ראב"ד. דער דיין קראצט זיך די בארד און שעלט: פארוואס איז דאס מיר נישט איינגעפאלן. נו גייט זיך דער עולם רואיג צוריק אין די היכלות. און מ'שטעלט דריי מלאכים וואס זאלן באגלייטן דעם בחור, און מיטהאלטן צו ער זאגט טאקע שיר השירים יעדן טאג. און יעדע פאר טעג זאלן זיי ארום שיקן א מעסעדזש צו אלע היכלות ווי די זאך האלט.

די מלאכים גייען ארויס אויפ'ן שליחות. עס גייט דורך א טאג, נאך א טאג, און אזוי ווייטער. און זיי זעען אז דער בחור איז נישט קיין מפיל קינד, ער לאזט נישט נאך, ער ווייסט וואס ער וויל, און ער איז ביי זיך שטארק דאס אויסצופירן. דאס אנגעצויגנקייט אין די היכלות וואקסט, מיט יעדן מעסעדזש וואס קומט אן. עס איז שוין אדורך איבער דרייסיג טעג, און ער זאגט. וואס טוט מען דא?

ענדליך איז דער ערווארטעטער טאג אנגעקומען. עס איז דער פערציגסטער טאג, דער בחור שטייט ביים שאפע, זיין מצב-רוח איז הויעך, ער איז אין די גלייזן. ער ווייסט, אז ווי נאר ער ענדיגט שיר השירים, קלינגט די טעלעפאן מיט א שידוך. ער פארגלייזט זיך די אויגן, ווען ער זאגט 'רעיתי', דאס איז עס שוין. ער ווערט שוין כאחד האדם, ער גייט אויך האבן א ווייב.

אויבן האבן אלע נשמות באקומען דעם מעסעדזש, יעדער זיצט פארשפארט אין צימער, מ'האט מורא ארויס צו קומען, קיינער זיכט זיך נישט קיין צרות. עס איז שטאק שטיל אין הימל, מ'הערט נישט קיין שארך. (אפילו דאס זשומען פונ'ם פליג קען מען נישט הערן... ווייל אין הימל איז נישט דא קיין פליגן). א מלאך קומט צו פליען, ער זעהט דעם מצב. אבער ס'איז נישט דא קיין ברירה, דער בחור ענדיגט שוין באלד שיר השירים, און מ'מוז דן זיין, וואס צו טוהן דא. ער הייבט אן קלאפן אויף אלע טירן, און שרייט מיט א הויעך קול: רבותי רבותי קומט ארויס, עס גייט זיין א ישיבת בית דין.

יעדער עפנט אויף זיין טירל א שפאלט, און קוקט ארויס שטילערהייט. געצווינגענערהייט קומען די נשמות צו קריכן מיט אראפ געלאזטע קעפ צום זאל. דער ראב"ד זיצט אויבן אן איינגעהילט אין א טלית, זיין צורה ברענט ווי א פייער. דער גאנצער עולם זיצט שטיל איינגעהילט אין פחד און מורא.

א מלאך גיט א קלאפ אויפ'ן טיש: די אסיפה הייבט זיך אן. און ער פרעגט - האט איינער עפעס צו זאגן. שא שטיל, קיינער ענפערט נישט.

דאן הערט זיך דעם ראב"ד'ס קול מיט אן אש להבה: מורי ורבותי, ווי איר אלע ווייסט, איז די באשערטע מיידל פון דעם בחור קראנק, און עס וועט נאך נעמען אפאר וואכן ביז זי ווערט אויסגעהיילט, אבער דער בחור האט דוחק געווען את השעה, און געזאגט דעם גאנצן שיר השירים פערציג טעג אין א ציה, האבן מיר נישט קיין ברירה, נאר מיר מוזן איהם שוין נאכגעבן.

אונטן - דער בחור ענדיגט דעם לעצטן ווארט 'בעשאאאמים'. און שפיצט אן זיינע אויערן, ער הערט גארנישט. מיט א קלאפעדיג הארץ מאכט ער צו דעם סידור, און גיט איר א הייסן קוש. ער שטייט פארגליווערט אויפ'ן פלאץ, אבער דער טעלעפאן קלינגט נאך אלץ נישט. ער לייגט אראפ דעם סידור, טוט אויס דעם גארטל, לייגט איר צאם אויף דעם גראבן און קליינעם פינגער, לייגט עס אריין אין טאש, מאכט אויף די קנעפלעך פונ'ם רעקל, און שפאצירט אריין אין בית המדרש ווי די בחורים לערנען פארטראכטערהייט, פלוצלינג......

טררררררררררררררררר

ווי א סקרוך איז איהם דורך געלאפן אין די ביינער דעם שארפן קלינג פונ'ם טעלעפאן. ספאנטאן גיט ער זיך א דריי אויס, א ריזיגער שמייכל צושפרייט זיך אויף זיינע ליפן, און ער לויפט מיט איין אטעם צום טעלעפאן. אויפ'ן וועג זעהט ער א צווייטער בחור וויל אויפהייבן, גיט ער א געשריי: ניין, ס'איז פאר מיר. ער גיט א כאפ דעם טעלעפאן, און שרייט אריין דערין: יאאאא?

קול: מ'קען אפשר רעדן צו אשי יאקאבאוויטש?

דעם בחור'ס הארץ זינקט, ער מיינט אז די ערד עפנט זיך אונטער איהם, זיין פנים באקומט אלע קאלירן, די בחורים ארום שטייען און קוקן איהם אן מיט שרעק. ער גיט א כאפ דעם טעלעפאן און שיסט עס אריין אין וואנט אריין. ער גייט אריין אין בית המדרש מיט ווילדע טריט, און גייט צו צו אשי יאקאבאוויטש וואס איז פארטיפט אין לערנען, און גיט איהם א האק אין רוקן.

בחור - אשי, א שדכן איז אויפ'ן טעלעפאן פאר דיר, אבער מאך עס שנעל, איך ווארט אויף א וויכטיגע קאל.

דער זעכצן יעריגער אשי קוקט איהם אן ווי פון די לבנה אראפ, און גייט צום טעלעפאן.

דער בחור זעצט זיך אראפ, פארטראכט און פארכמורעט. און טראכט צו זיך, וואס האב איך דען געטוהן, מה פשעי ומה חטאתי. ער הייבט אן טראכטן, אפשר דער בחור וואס איז אריין געקומען אינמיטן שיר השירים, האט דאס גורם געווען. ווער ווייסט אפשר וועט ער יעצט דארפן אנהייבן די גאנצע פערציג טעג פון דאסניי. ער איז שוין מקבל אויף זיך, יעבור עלי מה, כ'וועל זאגן וויפיל מאל פערציג טעג עס וועט זיך אויספעלן, אבער א כלה וועל איך האבן. עס שטייט דאך אין די ספרים, שבע יפול צדיק וקם, דאס איז אלעס נסיונות, מ'פרובירט איהם יעצט פון הימל. ער איז אלעס מקבל באהבה, און גרייט אויף אלעם, נאר א חתן זאל ער ווערן.

אזוי טראכטנדיג, פילט ער א לייכטן קלאפ אויפ'ן רוקן, ער דרייט אויס דעם קאפ, און זעהט דעם משגיח.

משגיח - קום אריין מיט מיר אין אפיס, איך וויל מיט דיר רעדן.

ער גייט אריין אין אפיס, און זעצט זיך אראפ קעגן דעם משגיח'ס ערנסטן פנים. די הארץ קלאפענישן קלינגען אפ אינ'ם חלל פונ'ם צימער. דער משגיח קראצט זיך דאס בערדל, און קלארט זיך אויס דאס האלז. דער בחור טראכט, דו רשע, ציה מיך נישט אן, זאג שוין, ווער איז דער שידוך. דער משגיח קוקט איבער פאפירן, ווארפט אוועק די ליידיגע קאפי קאפ אין גארבעדזש, ענדליך ווען ער האט שוין נישט וואס צו טוהן, הייבט ער אן צו רעדן:

משגיח - מ'האט דיר אנגעטראגן א שידוך -

[בחור טראכט: אההההה]

משגיח - אבער איך מוז דיר צוגרייטן דערצו, עס איז דא א שטיקל פראבלעם, און אויב דו ווילסט קענסטו זאגן ניין. דאס מיידל גייט יעצט דורך א שטיקל קרענק, וואס וועט מיט'ן אויבערשטנ'ס הילף - אויף אלע שונאים געזאגט - ווערן אויסגעהיילט ביז אפאר חדשים..... (בלאה בלאה בלאה).

הקיצור דער שידוך איז נישט געווארן.

אלזא, כ'האב אביסל מאריך געווען, כ'האב מיך אליינס נישט געראכטן דערויף, עס איז מיר פשוט ארויס געקומען פון פעדער בשעת כ'האב געשריבן. ס'איז געווען אויף א שטיקל לאך צו טאן. אויף אן ערנסטן טאן, פארשטייט זיך אז כ'האב עס נישט געמיינט ערנסט, כ'גלייב אין השארת הנפש, און אין יענע וועלט, כ'האב נישט געמיינט חס ושלום חוזק צו מאכן אדער צו דערנידערן זאכן וואס זענען הייליג און טייער ביי אונז.

און צום ענין: וואס געשעהט טאקע למעשה, וואס טוט א סגולה, איז דער אויבערשטער משנה זיין רצון צוליב דעם, דערשרעקט ער זיך פון אביסל זאלץ מיט ברויט ברעקלעך וואס מ'מישט אויס מיט טיי וכדו'. וואס איז דאס?

ענטפערט מיר נישט מיט תפילה, ווייל אויב פארשטייסטו נישט די חילוק פון די צוויי, האב איך נישט קיין ענטפער פאר דיר.

פאר די אלע וואס פלאנען צו שיסן אטאקעס יעצט קעגן מיר, איך האלט מיר שוין די הענט איבער'ן קאפ, עטס קענטס אנהייבן שיסן.

העעעע, יעצט וועט עטס דוקא נישט ענטפערן. פאר דעם אפיקורס איז א שאד יעדעס ווארט. נו גוט, איך נעם שוין אראפ די הענט פון קאפ.

אגב: דער בחור איז א חתן געווארן א האלב יאר דערויף, מיט די זעלבע מיידל.

תוקן על ידי - משיח_השם - 02/02/2005 3:35:10



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/2/2005 19:09 לינק ישיר 

איגערקע,

וואס זאל איך טון אז דו ביסט גערעכט, אבער איך האב נישט קיין נערוון איבערצוגיין דעם פראצעס פון הרשמה, אישור כתיבה מיט א נייעס נאמען, אימעיל, וכו', בלייבט עס דערווייל אזוי,

בלית ברירה וועל איך זיך מחזק זיין - אויף דערווייל - מיט די ווערטער פון רבוש"ע (ירמיה כט, ו):

וְעַתָּה אָנֹכִי נָתַתִּי אֶת כָּל הָאֲרָצוֹת הָאֵלֶּה בְּיַד נְבוּכַדְנֶאצַּר מֶלֶךְ בָּבֶל עַבְדִּי וְגַם אֶת חַיַּת הַשָּׂדֶה נָתַתִּי לוֹ לְעָבְדוֹ

בארא פארקער,
די ווערטער פון חתם סופר וועל איך נאכזוכן שפעטער,

אבער פון די הגה וואס דו ברענגסט צו שטייט טאקע אזוי ווי דעם חתם סופר, און ער איז מצדיק דעם רמב"ן,נישט חולק, עיין שם היטב, אז די טבע נסתר פון חלב אז עס איז מקצר ימים, וכו'

לכאורה איז דאס דער הסבר אויף סגולות מקובלות (נישט בדוקות ומנוסות...) אד דער טבע נסתר פון א געוויסע חומר העלפט אויף פארשידענע זאכן ואכמ"ל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/2/2005 06:25 לינק ישיר 

נבודכנצר
די חתם סופר וואס די ברענגסט שטומט נישט.
די רמב"ן זאגט קלאר אז די שכר פין די תורה איז נישט קיין טבע, נאר נסים. איז וואס זאגט די חתם סופר אז אלעס איז טבע? ראי' לסתור?

די רמב"ן ווערט געברענגט אין של"ה אין בית ישראל. דארט איז דא אן הג"ה וואס קריגט אויף'ן רמב"ן און האלט קלאר אז די אלע שכר אויף מצות און עונשים אויף עבירות זענען יא טבעיות, ועיי"ש והדברים עתיקין.

משיח
דיינע שו"ת זענען נישט אזוי פשוט.

דאס וואס ער זאגט אז טוהען אן פעולה פין רזיאל המלאך איז דא אן איסור פין לא תנסו, איז סתם ליצנות, די ענינים פין רזיאל זענען פעולות וואס פועל'ן דורך קדושה און ממילא איז דאס דורך די אויבערשטער אליינס, און פארקערט עס איז א קידוש השם ווען א פעולה פין רזיאל המלאך ארבעט.

דאס וואס ער שרייבט ושלא נחשוב שהתפילה היא לאבות איז נישט לויט אונזער מנהג. אונז זענען יא מתפלל צו די מתים אז זיי זאלען פאר אונז מתפלל זיין אין הימעל. והדברים עתיקין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/2/2005 19:49 לינק ישיר 

נבוכאדנצר, זיי נישט ברוגז, א קליינע הערה, איך גלייך נישט דיין ניק "נבוכאדנצר". די פסוק זאגט "ושם רשעים ירקב", פון דעם לערנען חז"ל ארויס אז מ'טאר זיך נישט געבן א נאמען נאך א רשע. יא, איך פארשטיי אז סיז נאר א "היידפארק" "ניק" אבער סיז פארט נישט אויסגעהאלטן אז די אלע גולשים זאלן זיין געצווינגען צו דערמאנען א נאמען פון א רשע איבערהויפט ווען מ'רעדט פון עניני יהדית.

סיז דא גאנצע מבוכה אין ספרים פארוואס דער תנא ר' ישמעאל האט געמעגט האבן די נאמען "ישמעאל", אויך דער אוה"ח הק' אנהויב פ' פנחס רעדט ארום פון דעם ענין.

אלענספאל, איך וויל נישט פארדרייען די סאבדשעקט, סיז נאר א קליינע הערה, נחזיר לענינו...סגולות! סגולות!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/2/2005 19:16 לינק ישיר 

דער הייליגער חתם סופר אויף א פלאץ (איך געדענק נישט, אפשר וישב) ברענגט פון רמב"ן (בראשית מו, טו) די ווערטער:
אומר לך דבר שהוא אמת וברור בתורה, כי הנסים הנעשים על ידי נביא שיתנבא כן מתחילה או מלאך נגלה במלאכות השם יזכירם הכתוב, והנעשים מאליהן לעזור צדיק או להכרית רשע לא יזכירו בתורה או בנביאים, וזהו זהב רותח יוצק בפי החכם הזה ממה שהשיב על רבותינו בענין פינחס (במדבר כה יב) וזולתו במקומות הרבה, ולמה יזכירם הכתוב, כל יסודות התורה בנסים נסתרים הם. ועם התורה אין בכל ענינו רק נסים לא טבע ומנהג, שהרי יעודי התורה כולם אותות ומופתים, כי לא יכרת וימות בטבע הבא על אחת מן העריות או האוכל חלב, ולא יהיו השמים כברזל בטבעם מפני זרענו בשנה השביעית, וכן כל יעודי התורה בטובות ההן וכל הצלחת הצדיקים בצדקתם, וכל תפלות דוד מלכנו וכל תפלותינו נסים ונפלאות, אלא שאין בהם שנוי מפורסם בטבעו של עולם כאשר הזכרתי זה כבר.
און דער חתם סופר לייגט צו: אין שום סגולה בעולם, אלא הכל טבע, און ער פארענדיגט מיט די ווערטער פון רמב"ן.
אפשר געדענקט איינער וואו דער חתם סופר איז, עס איז ווערט יעדן פרייז.

אין אנדערע ווערטער, בדרך כלל א סגולה וואס ווערט דערמאנט אין חז"ל אדער פריערדיעג ספרים, פארמאגט די אייגנשאפט וואס דער רמב"ן שרייבט, שפעטערע סגולות צריכות בדיקה, פון וואו און וועמען זיי שטאמען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/2/2005 16:24 לינק ישיר 

ליכטיג.

הסגולה אצל רבי יונתן בן עוזיאל היא לרשום שם על הקיר את הטלפון והשם !!! וזה בדוק ומנוסה.

.........................

אני עשיתי כ"כ הרבה סגולות !!! ואפי' הלכתי לעזאזל וחזרתי ועדיין לא עזר..............




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/2/2005 15:53 לינק ישיר 

כ'האב געטראפן צוויי אינטערעסאנטע שאלות ותשובות, וואס רעדן מענין לענין באותו ענין. און בכלל האט עס זייער א שטארקן תוכן, ברענג איך עס דא להנאת הציבור.

שאלה א:

לכבוד הרב שלום וברכה,
שמעתי לפני כמה זמן בנוגע לספר רזיאל המלאך, שנמצא בו קטע שאם קוראים אותו , כמו שבאמת צריך לקרוא אותו, בניגון ובאמירה הנכונה- אז כל משאלות ליבך יתקיימו, ןאם לאו- יקרה משהו... (לא זוכר בדיוק מה....)

רציתי לדעת (רק לדעת...!! לא לקרוא חלילה... למרות שגם ככה אין לי סיכוי לקרוא את זה בצורה הנכונה... הצצתי בספר כמה פעמים..... מזה אני לא מבין בכל הרקיעים, מלאכים ואטמוספירות.. לא התחום שלי..... בכל מקרה ביקשו ממני לשאול איפה באמת נמצא הקטע הזה...) אם כבוד הרב יודע או יכול לבדוק בשבילי מה הקטע הזה? איפה הוא נמצא, איזה עמוד? והאם באמת נכון מה שאומרים עליו... ובכלל... אם אפשר להסביר ולפרט קצת על כל הקטע הזה של הספר ''רזיאל המלאך'' ... יעזור מאוד מאוד!!!!

בתודה מראש,
יונתן

תשובת הרב:

שלום וברכה
אני מציע לך להתרחק מתפיסות כאלה. אתה יודע מה כתוב בתורה ובנבואה, ואתה יודע כי כל התפיסה העקרונית של התורה שבכתב, הנבואה, ההלכה והאגדה אינה יכולה לסבול בכלל תפיסה כזו, כאילו ניתן להכריח את הקב"ה לעשות את רצוננו, והקב"ה פועל כתוצאה משימוש בספר כזה או אחר.
ייתכן אף שמדובר בלאו מפורש מהתורה "לא תנסו את ד' אלוקיכם".
כשאנו מבקשים לשנות את הגזירה האלוקית אנו עושים מעשים טובים ומקיימים מצוות וחוזרים בתשובה ומשנים דבר מה אמיתי בעולם ועושים אותו טוב יותר ואז פונים לריבונו של עולם בתפילה. זו הדרך של היהדות, וכל דרך אחרת אינה הדרך בה יש ללכת.

כל טוב

***

שאלה ב:

שלום לרב.
לאחרונה שמעתי כל מיני סיפורים לא ברורים וברצוני לשאול מה דעת הרב עליהם.1.סבתי ז''ל סיפרה שהיא היתה קשורה מאד לסבה שנפטר ולפני חתונתה הלכה לקברו להזמינו.היא סיפרה שבחתונה היא ראתה אותו וגם רב אחד אמר לה שהוא אכן היה שם.2.שמעתי שאשה חשוכת בנים הלכה להתפלל אצל רחל אימנו לילד ואכן אחרי שנה היא הרתה וילדה בן ובאה להזמין את רחל לברית.בברית היא ראתה אישה מדהימה ביופיה שבאה לברכה וללחוץ לה את היד.כשהיא הסתכלה בסרט הוידאו מהברית היא ראתה שהיא לוחצת יד לאויר.3.חברתי סיפרה שבת דודתה הלכה לבד במקום חשוך ומבודד וראתה בנאדם אנס אך הוא נרתע ממנה אחרי זמן היא שמעה שהוא ''פגש'' במישהי שהלכה כמה דק' אחריהכששאלוהו בתחנת המשטרה מדוע לא הלך לבחורה הראשונה הוא אמר שהיו לידה שני אנשים.היא נזכרה שבאותו זמן היא אמרה את הפסוק''מימיני מיכאל משמאלי גבריאל..'' מה אומר הרב על סיפורים אלו?האם מותר ללכת להזמין נפטר לאירוע שלי?האם הוא בטוח יבוא?האם יש לזה בסיס או מקור?סליחה על הטרחה ותודה רבה.
סיון.

תשובת הרב:

שלום וברכה
א. המנהג ללכת לבית הקברות ולהזמין את נפטרי המשפחה לחתונה ולספר להם על כך הוא מנהג ידוע מאוד, ובספרים מסוימים כתוב כי הם אכן נוכחים. הכוונה היא כמובן לנוכחות רוחנית ולהשגחה ממרום, ולא לנוכחות פיזית. לפיכך, לא ניתן "לראות" אותה – לא על ידי סבתא ולא על ידי כל אדם אחר – אולם ניתן לחוש אותה בעוצמה גדולה מאוד.
ב. נקודת המוצא שלנו בסיפורים כמו זה על רחל אמנו היא כפולה: מחד גיסא אנו מכירים כבר במדרש את העובדה שהאבות והאמהות מתפללים על האומה הישראלית (אם כי יש להיזהר מאוד מבחינה הלכתית שלא יהיה זה דורש אל המתים, ושלא נחשוב שהתפילה היא לאבות או שהדרך לריבונו של עולם חייבת לעבור דרך מצווך). מאידך גיסא, אין אנו מאמינים בנוכחות ממשית של האבות והאמהות. אני מציע לך להתרכז באמונה העמוקה שלרחל אמנו היו דברי סנגוריא לפני ריבונו של עולם על אותה אישה, ולא בשאלה האם היא הייתה פיזית בברית. מעבר לכך, כדאי שלא תתחילי את חיפושייך לפני שתראי את הוידיאו...
ג. בהחלט ייתכן שהאדם דימה שיש אנשים לידה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2005 18:01 לינק ישיר 

"רבי ינאי לטעמיה, דאמר: לעולם אל יעמוד אדם במקום סכנה לומר שעושין לו נס - שמא אין עושין לו נס. ואם עושין לו נס - מנכין לו מזכיותיו. "

שו"ע הרב או"ח קנו סדר משא ומתן יט
יט אל יעמוד אדם במקום סכנה ויאמר שעושין לו נס שמא אין עושין לו נס ואם עושין לו נס מנכין לו מזכיותיו ויש מהחכמים שהיו נמנעים לעבור בספינה שיש בה רשעים גמורים שמא נפקד דין עליהם ויתפס עמהם ויש מהחכמים שהיה מחזיר לעבור בספינה שיש בה יהודים ואינם יהודים אמר שהשטן אינו שולט בשתי אומות ועיין מ"א סוף סי' זה:

דאס איז נאר אויף חוץ לדרך הטבע. סגולות איז א זאך וואס מען טרעפט אין די גמרא גאר אסאך. צו זאגען אז די גאנצע מעשה (גוט געשריבען) וואס די שרייבסט האט א אמת צו זיך, וואלט געמיינט אז די אלע ענינים וואס ווערען געברענגט אין די גמרא זענען בעסער נישט צו טוהען, און דאס לייגט זיך נישט אויף'ן שכל.

וואס ליגט מיר יעצט אויף'ן זכרון, איז די גמרא אז לערנען פארשטופט די מלאך המות. דאס איז קלאר א פאל וואס מען טוט א פעולה צו שטערען די מלאך המות פין הרג'נען א מענטש. די סיבה וואס שטייט אין די גמרא לויט איין מאן דאמר דאס נישט צו טוהען איז ווייל מען איז זיך מתגרה מיט די מלאך המות. צו זאגען אז דאס מיינט אלע סגולות, איז איבערגעטריבען.
כנלע"ד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/2/2005 07:29 לינק ישיר 

מורי ורבי זיצט לעבן מיר און דיריגירט מיר וואס צו שרייבן.

דער רבי זאגט אזוי: כ'זאל לאזן דיין האנט בלאס ווערן פון האלטן אזוי לאנג אין די הייעך, אבער שמייסן א איד, חלילה!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2005 07:21 לינק ישיר 

וואס איז מיט די סגולה פון פארען צו רבי יונתן בן עוזיאל?

אגב מיין ווייב האט געזאגט שיר השירים פאר איר ברודער אין אפאר טאג נאך די פערציג איז זי אליין א כלה געווארען.

זעט אויס אז עס איז יא תפילה פון המתפלל בעד חברו והוא צריך לאותו דבר וכו'

משיח איך לייג מיר שוין ארויף די הענט אויף מיין קאף שמייס אריין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2005 03:45 לינק ישיר 

סגולת השנה


כדרכם של רווקים גם אני ניסיתי בזמנו כל מיני סגולות, אחת מהן היתה קריאת 'שיר השירים' אחרי חצות הלילה, במשך ארבעים יום. השיטה הזו הומלצה לי על ידי הרבנית נגארי ממעלה אדומים, שעושה רבות בנושא השידוכים ובהצלחה רבה. לאחר שלא נושעתי גם על ידי סגולה זו, אמרה לי הרבנית שצריך לקרוא את 'שיר השירים' לפחות שנה, ולאחריו לומר בקשה מיוחדת (שתובא להלן).

אחרי אחד-עשר חודשים של קריאה רצופה ובלתי מתפשרת - התחלתי לצאת עם אשתי.

תעשו עם זה מה שאתם רוצים.

נוסח הבקשה

(נכתב בלשון זכר, אך טוב גם לבנות בשינויים המתבקשים).



יהי רצון שיפתח המזל ל(פלוני בן אלמונית),

שאזכה לבנות בית נאמן בישראל

בתוך שאר רווקי ורווקות ישראל

בקרוב ממש, עם בת זוגתי האמיתית,

שורש נשמתי, כלבבי,

באושר, באהבה, בשמחה, בבריאות, בפרנסה טובה

בניין עדי עד.

ונזכה, בעזרת השם, לדור ישרים מבורך

בשפע הברכות והאיחולים.

אמן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2005 03:42 לינק ישיר 

כ'האב פארגעסן, אז מ'רעדט שוין פון סגולות. א רב אין ירושלים פלעגט טיילן אסאך סגולות פאר מענטשן. איז געקומען אמאל א איד צו איהם, פון א מושב. דער איד האט געהאט א פארם מיט שעפעלעך. איז ער געקומען צום רב וויינען, אז די שעפעלעך שטארבן איהם אפ לעצטנס.

האט דער רב צאמגעמישט אביסל מצה פון פסח מיט אייער, ביז ס'געווארן גוט ווייעך, און איהם געגעבן, ער זאל עס אריין מישן אין די עסן פון די שעפעלעך.

צוויי וואכן דערויף קומט דער איד צום רבי'ן, און וויינט ווייטער, אז די שעפעלעך שטארבן נאך אלץ, עס האט גארנישט געהאלפן. דער רב ווערט זייער ערנסט, און פרעגט זיך נאך אויף דעם מספר פון שעפעלעך וואס זענען געבליבן, ער נעמט אביסל אתרוג, און זאגט א לחש. און הייסט דעם איד, יעדן צופרי צו ווייזן דעם אתרוג פאר אלע זיינע שעף.

עס גייט נישט דורך קיין צוויי וואכן און דער איד איז ווייטער דא, דער רב גיט איהם אן אנדער סגולה. אזוי איז די מעשה אנגעגאנגען א שטיק צייט, יעדע צוויי וואכן קומט דער איד וויינען, און דער רב גיט סגולות.

איינמאל קומט דער איד אן, דער רב מאכט אויף דעם טיר און דערזעהט דעם איד, פרעגט ער איהם: דו האסט נאך שעף? ווייל איך האב נאך סגולות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/2/2005 03:36 לינק ישיר 

ידוע כי גדולי ירושלים התיחסו לסגולה זו של הליכה לכותל במשך ארבעים יום ברצינות רבה




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > סגולות סגולות!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext